ⓘ שאסייען ..

אויטאסטראד

אן אויטאסטראַד איז אַ שאָסיי וואס איז געמאכט כדי צו לאָזן די פאַרקער אַרומפאָרן זיכער ביי הויכע גיכן. זיי זענען באַוווסט מיט פאַרשידענע טערמינען אַרום דער וועלט. דער נאָמען motorway מאָטאָרוויי ווערט געניצט אין דעם פֿאַראייניקטן קעניגרייך, אירלאַנד, ניו זילאַנד און עטלעכע אנדערע קאמאנוועלט לענדער. אין צפון אַמעריקע און אויסטראַליע, ניצט מען דעם נאָמען freeway פֿריוויי. אין דייטשלאַנד, ווערט ער גערופֿאן אויטאָבאַן. אויף אן אויטאסטראד קענען פֿארן פֿיל. זיי פירן פילע פֿאָרמיטלען גאנץ גיך. זיי האָבן נישט קיין פאַרקער-ליכטסיגנאַלן אָדער גאַסן־שניידפונקטן. אלע גאסן וואס טרעפֿן דעם שאָסיי גייען א ...

אינטערסטעיט 87

אינטערסטעיט 87 איז אן אינטערסטעיט שאסיי, וואס איז לאנג 333.49 מייל, עס געפונט זיך אין ניו יארק, עr הייבט זיך אן אין די בראנקס נעבן טרייבארא בריק אויף צפון זייט, און עס ענדיגט זיך ביי די גרעניץ פון קאנאדע אין טשאמפלעין ניו יארק. ווי עס באהעפט זיך מיט קוויבעק אויטארוטע 15. דאס איז א טייל פונעם אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם דורך דעם הייוועי קען מען פארן פון ניו יארק סיטי קיין קרית יואל, און ווייטער קיין אלבאני, און אזוי ארויף ביז מאנטריאל, קרית טאהש און ווייטער.

אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אמעריקעס גרעסטע שטראז סיסטעם וועלכע דעגרייכט אין אלע ווינקלען פון לאנד און צייכנט זיך אויס מיט גוטע קוואליטעט אינזשעניריע און דעם לאנדס בעסטע מענטענענטס פאר א ראוד סיסטעם.

גארדען סטעיט פארקוועי

די גארדען סטעיט פארקוועי איז א 172.4 מייל לאנג שנעל שטראז וואס גייט אדורך די גאנצע לענג פון ניו זשערסי, אנגעהויבן פון די ניו יארק טרואוועי אין מאנטוויל ניו זשערסי אין צפון, און קעיףּ מעי אין דרום ניו זשערסי. מען דארף באצאלן שטייער פאר נוצען די שטראז. עס איז איינס פון 5 באגרעניצטע צוטריט שטראזען אין ניו זשערסי, באגרעניצטע צוטריט צוליב דעם וואס עס איז געמאכט געווארן אויף צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטען אויף באשטימטע פלעצער און מען קען נישט אראפארן אדער ארויפארן ווי מען וויל, ווייל עס האט א צוים. אויך קען דאס האבן אנדערע באגרעניצען ווי אז לאסטאויטאס אדער בוסן קענען נישט פארן אויף דעם. אויך ...

שטראז

א שטראָז איז גרויסע שטראסע וועלכע איז ספעציעל געבויט צו פירן אויטאס פון איין פלאץ צום צווייטן. א שטראָז איז געבויט ברייטער און בעסער ווי געווענליכע גאסן און קען נעמען צענדליגע טויזנטער אויטאס אן מאכן פארקער פראבלעמען. דאס ווארט שטראָז איז א שם הכולל און ווערט אנגערופן מיט מערערע נעמען געוואנדן לויט פלעצער און לענדער. באקאנטע נעמען זענען: אויטארוטע, אויטאבאן, עקספרעסוועג, אויטאשטראסע, אויטאסטראדא, אדער מאטארוועג.