ⓘ מוסולמענער ..

אבדאללא, קעניג פון סאודי

אַבדאַללאַ בן עבד אל-עזיז אָאל סעוד איז געווען דער זעקסטער מלך פון סאודי אראביע. ער איז געווארן קעניג דעם 1טן אויגוסט 2005, נאכן טויט פון זיין האלבן ברודער, דער מלך פֿאַהד. פון אנהייב 1996 האט אַבדאַללאַ געדינט ווי רעגענט, און פראקטיש דער הערשער פון סאודי אראביע, ווייל דער מלך פאהד האט נישט געקענט רעגירן צוליב א בלוטשטורץ וואס ער האט באקומען יענעם יאר. אַבדאַללאַ איז געבוירן געווארן אין ריאד, איינער פון די 37 קינדער פון איבן סאוד, דער גרינדער פונעם סאודישן קעניגרייך, צו איבן סאודס אכטן ווייב, פאהדא.

דאוואוד אזאהירי

דאַוואוד אַזאַהירי, אָדער אַבו סילאַימאַן. אַן אַראַבישער געלעהרטער און גרינדער פֿון דער "סאַהאַרי" סעקטע װעלכע גלויבט אין סאָציאַלע געזעצע װאָס זיינען געגרינדעט אויף די פּרינציפּען פֿון קאָראַן; אַשטייגער װי אונזערע "מזרחי". ער איז געװעזען דער הויבטפּראָפֿעסאָר אין באַגדאַד װאו ער האָט געהאַט איבער 400 שילער, מיט װעלכע ער האָט זיין סעקטע געגרינדעט. ער האָט געלעבט צװישען 884-817 יצר.

אקבאר

דזשאַלאַל אוד-דין אַקבאַר, באקאנט מיטן נאמען אקבאר דער גרויסער, איז געווען דער דריטער מאגול קייסער אין אינדיע. ער האט געהערשט איבער דער מאגול אימפעריע פון 1556 ביז זיין טויט.

                                     

סאדיק קאן

סאַדיק אַמאַן קאַן איז א בריטישער פאליטיקער. ער איז דער בירגערמייסטער פון לאנדאן זייט מיי 2016. ער איז דער לייבאר קאמאנס דעפוטאט פאר טוטינג. קאן איז געבוירן געווארן אין טוטינג, לאנדאן, צו פאקיסטאנער אימיגראנטן. קאן האט געארבעט אלס אדוואקאט ביז 2005 ווען ער געווארן געוויילט א קאמאנס דעפוטאט אין די אלגעמיינע וואלן.