ⓘ כינעזישער קאלענדאר. דער כינעזישער קאלענדאר איז דער קאלענדאר אנגענומען אין דער קולטור פון כינע און מזרח אזיע. ער ארבעט אויף א ציקל פון 60 יאר. צוויי יאר נאכאנאנד ..

770

‏ 770 איז דאס 70סטע יאר אינעם 8טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. אין יענער צײַט איז נאך נישט געווען קיין גרעגאריאנישער קאלענדאר, דערפֿאר איז דאס יאר נאר אינעם יוליאנישן קאלענדאר. אלע דאטעס דא זענען לויטן יוליאנישן קאַלענדאַר.

                                     

ⓘ כינעזישער קאלענדאר

דער כינעזישער קאלענדאר איז דער קאלענדאר אנגענומען אין דער קולטור פון כינע און מזרח אזיע. ער ארבעט אויף א ציקל פון 60 יאר. צוויי יאר נאכאנאנד האט דאס יאר א נאמען געבונדן מיט איינעם פון די פינף יסודות, לויטן פאלגנדן סדר:

  • ערד
  • פייער
  • וואסער
  • מעטאל
  • האלץ

און א נאמען פון א בעל חי לויט די סימנים פון די צוועלף מזלות:

  • מאלפע 1992.2004.2016.2028
  • טיגער 1998.2010.2022.2034
  • דראקאן 2000.2012.2024.2036
  • שלאנג 2001.2013.2025.2037
  • חזיר 1995.2007.2019.2031
  • אקס 1997.2009.2021.2033
  • הון 1993.2005.2017.2029
  • פערד 1990.2002.2014.2026
  • ראץ 1996.2008.2020.2032
  • הונט 1994.2006.2018.2030
  • שאף 1991.2003.2015.2027
  • קיניגל 1999.2011.2023.2035

- אנדערע יארן געפינען זיך אין דער טאבעלע אונטן.

דאס יאר 2000, למשל, איז געווען דאס יאר פונעם דראקאן און דאס געבונדענע יסוד איז געווען מעטאל.

                                     

1. דאס כינעזישע ניי יאר

דאס כינעזישע ניי יאר, אין טראדיציאנעלער כינעזיש 農曆新年 וואס זענען די שריפטן פון רעכטס אויף לינקס פאר יאר, ניי, קאלענדאר און לאנדווירטשאפט, ווערט אויך אנגערופן דער פרילינג פעסטיוואל.

מען פייערט די חגא פונעם ערשטן טאג אינעם ערשטן מאנאט פונעם נייעם יאר ביזן 15טן טאג.