ⓘ ריח דודאים. רבי צבי אלימלך שפירא זצל איז געבוירן אין יאר התקמג אומגעפער, און איז נפטר געווארן יח טבת התרא. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גערופ ..

                                     

ⓘ ריח דודאים

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר התקמ"ג אומגעפער, און איז נפטר געווארן י"ח טבת התר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר ריח דודאים איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, תקנות תמכין דאורייתא

                                     

1. אינהאלט

דער ספר ריח דודאים איז א פירוש אויף מסכת מגילה אויפן סדר פון די דפים, אפצולערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות, ווי אויך אויף פארשידענע ערטער חסידישע געדאנקען.

                                     

2. אויסגאבעס

חלק א

  • מונקאטש תרל"ט, דורך אן אייניקל פון מחבר רבי מאיר משולם שפירא, פון לאנצהוט, א זון פון רבי שמואל שפירא
  • ירושלים התשי"ז.

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר ריח דודאים פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.