ⓘ משולם זוסיא טווערסקי. רבי משולם זוסיא טווערסקי איז געווען דער טשערנאבלער רבי. משולם זוסיא איז געבוירן רח אלול התרעז אין מאזיר,‏ רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארו ..

                                     

ⓘ משולם זוסיא טווערסקי

רבי משולם זוסיא טווערסקי איז געווען דער טשערנאבלער רבי.

משולם זוסיא איז געבוירן ר"ח אלול התרע"ז אין מאזיר,‏ רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארוס, צו זיין פאטער רבי חיים יצחק טווערסקי, א זון פון רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי, א זון פון רבי מרדכי טווערסקי פון לויעוו-טשערנאביל, א זון פון רבי נחום טווערסקי, א זון פון רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון דעם טשערנאבלער מגיד, א זון פון רבי מנחם נחום טווערסקי מחבר פון "מאור עינים" און צו זיין מוטער, א טאכטער פון רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם, דער טשחויווער רבי, דער יינגסטער זון פונעם צאנזער רב. אין יאר תרצ"ד איז ער אנטלאפן פון דער קאמוניסטישער רעגירונג אין רוסלאנד קיין ארץ ישראל. אין תרצ"ו איז ער געפארן קיין פוילן צו זיין זיידן דעם טשחויווער רבי.

פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געזדאנזשעט צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט חתונה געהאט אין תש"א מיט מרת בלומא טויבא, די טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין פון סטרעטין אין ירושלים.

אין תשי"ז האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף. דער בית המדרש געפינט זיך אין ראב"ד גאס.

                                     

1. משפחה

רבי משולם זוסיא און זיין ווייב מרת בלומא טויבא י טבת תרפ"ב - כ סיון תשע"ב האבן געהאט פינף זין און צוויי טעכטער:

  • רבי ישעיה טווערסקי, טשערנאבלער רבי אין בארא פארק
  • מרת שרה חנה חיה, די ווייב פון רבי ישראל האגער וויזשניצער רבי
  • די ווייב פונעם קרעטשענעווער רבי אין ירושלים
  • רבי יעקב מרדכי, רב פון די טשערנאבלער חסידים אין אלעד, איידעם פון הרב יצחק לייבוש היילפרין זון פון הרב אלחנן היילפרין
  • רבי חיים יצחק, לאיעווער רבי פון בארא פארק
  • רבי מנחם נחום, טשערנאבלער רבי אין בני ברק, איידעם פון הרב אלחנן היילפרין
  • רבי אברהם יהושע העשיל, טשארנאבילער רבי אין אשדוד, איידעם פון רבי אהרן מרדכי רוטנער
                                     
  • מענדיל האגער פון קאסאוו אהבת שלום ה תרס ד אדער ה תרנ ז - רבי יהושע ראזענפעלד, אדמו ר פון קאמינקע ה תשמ ח - רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאבלער רבי
  • איז געבוירן געווארן כ ב שבט ה תש ב אין ירושלים צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאבילער רבי און זיין מוטער מרת בלומא טויבא, א טאכטער פון רבי
  • איז געבוירן געווארן י א חשוון תש ה אין ירושלים צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאבלער רבי, און זיין מוטער בלומא טויבא, א טאכטער פון רבי יעקב
  • רבי משולם זוסיא יצחק אווערבאך זצ ל ה תקע ט - ה תרמ ב רב אין טאלמיטש. רבי זושא איז געבוירן אין יאר ה תקע ט, צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל אווערבוך
  • אהבת שלום ה תרס ד אדער ה תרנ ז - נפטר געווארן רבי יהושע ראזענפעלד, אדמו ר פון קאמינקע ה תשמ ח - נפטר געווארן רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאבלער רבי
  • פון קריליוויץ. הרב משולם זוסיא טווערסקי - ה תשל ב פון יאר ה תרפ ט טאלנער רבי אין באסטאן. הרב אברהם טווערסקי הרב אהרן טווערסקי מרת חיה, די ווייב פון
  • זיין ווייב מרת רחל האבן געהאט זעקס זין און צוויי טעכטער: הר ר ישעיה משולם זוסיא הי ד, אן איידעם ביי זיין פעטער רבי אהרן רוקח פון בעלזא. הר ר יוחנן הי ד
  • פאטער הרב משולם זוסיא אווערבאך, רב אין טאלמיטש, א זון פון רבי מיכל ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון הרב משולם זוסיא אוערבאך
  • רבי משולם זוסיא זצ ל ה תס ה - ב שבט ה תק ס פון אניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר זושא. דער רבי ר זושא איז געבוירן אומגעפעהר אין יאר ה תס ה, צו זיין
  • זשינקאוו. הרב משולם זוסיא העשל ה תרל א - י אדר ה תר ף פון מעזשביזש. מרת חיה שרה - ל שבט ה תר ף די ווייב פון הרב ישעיה טווערסקי - כ ב חשוון
  • זשינקאוו. רבי משולם זוסיא העשל ה תרל א - י אדר ה תר ף פון מעזשביזש. מרת חיה שרה - ל שבט ה תר ף די ווייב פון הרב ישעיה טווערסקי - כ ב חשוון
  • די ווייב בזיווג ראשון פון הרב משולם זוסיא יצחק אויערבאך ה תקע ט - ה תרמ ב רב אין טאלמיטש. הרב מרדכי דוב טווערסקי רב אין הארנאסטייפל, אין יאר ה תרט ז