ⓘ האנג קאנג, אפיציעל דער האנג קאנג באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן, איז געווען א בריטישע קאלאניע וואס איז געווארן א באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן פון דער מע ..

                                     

ⓘ האנג קאנג

האנג קאנג, אפיציעל דער האנג קאנג באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן, איז געווען א בריטישע קאלאניע וואס איז געווארן א באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן פון דער מענטשנס רעפובליק פון כינע אין 1997. האנג קאנג נעמט אריין א האלבאינזל און 236 אינזלען אויף כינעס דרום בארטן. האנג קאנג האט אנטוויקלט צו איינעם פון דער וועלטס הויפט פינאנציעלע צענטערן.

                                     

1. קולטור

די קולטור פון האנג קאנג האט מזרחדיקע ווארצלען מיט מערבדיקע איינפלוסן. אויך די האנג קאנג קיך איז א צונויפשמעלץ פון מערבדיקע און מזרחדיקע קיכן.

האנג קאנג האט א קאמפקונסט פילם זשאנער וואס איז געווען שטארק פאפולער אין די 1960ער און 1970ער יארן. פון האנג קאנג איז געקומען דער פילם אקטיאר און קאמפקינסטלער ברוס לי.