ⓘ לקוטי מהרצא. רבי צבי אלימלך שפירא זצל איז געבוירן אין יאר התקמג אומגעפער, און איז נפטר געווארן יח טבת התרא. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גערו ..

                                     

ⓘ לקוטי מהרצ"א

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר התקמ"ג אומגעפער, און איז נפטר געווארן י"ח טבת התר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר לקוטי מהרצ"א איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

                                     

1. אינהאלט

דער ספר לקוטי מהרצ"א איז אויסגעקלובנע ווערטער און געדאנקען על התורה נ"ך און מגילת אסתר, פון די כתבים וואס זענען געווען ביי זיין אייניקל דער בוקאווסקער רב רבי מאיר יהודה שפירא, וואס זענען נאך נישט געדרוקט געווארן אין די אנדערע ספרים פון מחבר.

                                     

2. אויסגאבעס

  • פרעמישלא תרמ"ה, דורך רבי אברהם ארום

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר לקוטי מהרצ"א פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.