ⓘ דברים נחמדים. רבי צבי אלימלך שפירא זצל איז געבוירן אין יאר התקמג אומגעפער, און איז נפטר געווארן יח טבת התרא. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גער ..

                                     

ⓘ דברים נחמדים

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר התקמ"ג אומגעפער, און איז נפטר געווארן י"ח טבת התר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר דברים נחמדים איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

                                     

1. אינהאלט

דער ספר דברים נחמדים איז געשטעלט אויף משניות און גמרא, דער ספר איז געדרוקט געווארן פון די כתבים וואס זענען געווען ביי זיין אייניקל דער בוקאווסקער רב רבי מאיר יהודה שפירא.

                                     

2. אויסגאבעס

  • פרעמישלא תרמ"ז, דורך רבי אברהם ארום
  • ירושלים תשי"ז, דורך רבי חיים הערש אייזנבאך

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר דברים נחמדים פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.