ⓘ דרך עדותיך, דינאוו. דרך עדותיך איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר ב ..

                                     

ⓘ דרך עדותיך (דינאוו)

דרך עדותיך איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר בני יששכר.

                                     

1. דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר התקמ"ג אומגעפער, און איז נפטר געווארן י"ח טבת התר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מהאט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר דרך עדותיך איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

                                     

2. הסכמות

  • רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל, דער וויזשניצער רב, ח"י למב"י התרל"ח
  • רבי יצחק שמעלקיס זצ"ל, דער פרעמישלאער רב, י"ב טבת התרל"ח
  • רבי מנחם מענדל פאנעט זצ"ל, דער דעעשער רב, מ למב"י התרל"ט
  • רבי צבי הערש אורנשטיין זצ"ל, דער לעמבערגער רב, ח"י למב"י
  • רבי שמאול צבי ווייס פון מונקאטש
  • רבי יקותיאל יהודה טייטלבויםזצ"ל, דער סיגעטער רב, א פרשת וארא התרל"ט
  • רבי יעקב שמשון האגער זצ"ל, דער קאסאווער רב
  • רבי אליהו הורשאווסקי זצ"ל, דער רב אין דראהאביטש, ג מטות התרל"ז
  • רבי אריה ליב הלוי, פון מאשציסק
                                     

3. אויסגאבעס

דער ספר דרך עדותיך איז געדרוקט געווארן צוזאמען מיט דעם ספר פירוש הר"א מגרמיזא מיט הגהות מהרצ"א.

  • פרעמישלא תרמ"ח, ארויסגעגעבן דורך רבי משה שפירא א זון פון רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר