ⓘ ישכר בעריש אייכנשטיין. דער ארטיקל דיסקוטירט דעם זידיטשויווער רבין, דער פאטער פון רבי אייזיקל זידיטשויווער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישכר בעריש איי ..

                                     

ⓘ ישכר בעריש אייכנשטיין

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם זידיטשויווער רבין, דער פאטער פון רבי אייזיקל זידיטשויווער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישכר בעריש אייכנשטיין באדייטן.

רבי ישכר בעריש אייכנשטיין, רב און רבי אין זידיטשוב, גאליציע.

                                     

1. אפשטאם

רבי ישכר בעריש איז געבוירן אין יאר התקל"ה אומגעפער, דער פערטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.

                                     

2. רבנות

רבי ישכר בעריש איז געווען א תלמוד מובהק פון זיין ברודער דער עטרת צבי, נאך די פטירה פון זיין ברודער האט מען אויפגענומען רבי ישכר בעריש אלס רב און רבי אין זידיטשוב אויף זיין ברודערס ארט.

                                     

3. פאמיליע

רבי ישכר בעריש האט געהייראט מרת עטיא א טאכטער פון הרב אליהו לעווינגער א תלמיד פון הרב משה לייב סאסאווער. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין התקס"ה - ט סיון התרל"ג, פון זידיטשוב, באקאנט אלס רבי אייזיקל זידיטשובער.