ⓘ יהודה צבי הירש אייכנשטיין. רבי יהודה צבי הירש איז געוווען א תלמיד פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין דער עטרת צבי, און איז שפעטער געווארן זיין איידעם. רבי י ..

                                     

ⓘ יהודה צבי הירש אייכנשטיין

רבי יהודה צבי הירש איז געוווען א תלמיד פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין דער עטרת צבי, און איז שפעטער געווארן זיין איידעם. רבי יהודה צבי הירש האט זיבעציג מאל איבער געחזרט דעם ערשטען טייל פון יודה דעה הערשט נאך דעם האט ער אנגענומען דאס רבנות אין גלינא, בראדשין, נאכהער אין ראזלא.

נאך דער פטירה פון זיינע פעטערס איז רבי יהודה צבי הירש געווארן דער ממלא מקום אלס רבי פון זידיטשוב.

                                     

1. פאמיליע

רבי יהודה צבי הירש האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין, דער עטרת צבי. זייערע קינדער:

  • מרת הינדא - כ"ג אלול, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב יעקב האגער התקע"ג - ט"ז שבט התרמ"א, פון זאבלאטאוו.
  • הרב אלכסנדר סענדער טויבש התר"א - התרע"ג, רב אין וואסלוי.
  • מרת מרים - י"ג טבת התרמ"ב, די ווייב פון הרב יעקב טויבש התקע"ב אומגעפער - חמנחם אב התר"ן), רב אין זידיטשוב.
  • הרב יצחק אייזיק ישכר דוב בעריש טויבש הת"ר אומגעפער - א אדר התרע"א), רב אין אטיניע.
  • מרת בריינדיל, בזיווג שלישי די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם כ שבט התקע"ו – ו טבת התרנ"ט דער שינאווער רב.
  • מרת רבקה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד איר מוטערס שוועסטערס זון הרב שלמה טויב התק"ף אומגעפער - ג חשוון התר"ם), רב אין ראזלא.