ⓘ יצחק אייזיק אייכנשטיין. דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהריא פון זידיטשוב. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יצחק אייזיק אייכנשטיין ב ..

                                     

ⓘ יצחק אייזיק אייכנשטיין

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהרי"א פון זידיטשוב. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יצחק אייזיק אייכנשטיין באדייטן.

רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ"ל, פון זידיטשוב, גאליציע. באקאנט אלס רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהרי"א.

                                     

1. אפשטאם

רבי יצחק אייזיק איז געבוירן אין יאר התקס"ה, אן איינציגער זון צו זיין פאטער, הרב ישכר בעריש אייכנשטיין פון זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת עטיא א טאכטער פון הרב אליהו לעווינגער.

רבי יצחק אייזיק איז געבוירן געווארן פון א ברכה פון רבי מענדעלע פון רימאנאוו, וועלכער האט געזאגט אויף אים אז ער וועט באלייכטן די וועלט.

                                     

2. רבנות

פון קליינערהייט האט מען שוין געקענט זעהן אז רבי יצחק אייזיק וועט זיין א העכערער מענטש, ער האט געלערנט ביי זיינע פעטערס דער עטרת צבי און ביי רבי משה פון סאמבור, ער איז געווען קלאר אין ש"ס און מדרשים, זוהר און כתבי האר"י.

רבי יצחק אייזיק האט פארציילט אז ער האט געלערנט דעם ספר פרי עץ חיים הונדערט און איין מאל.

נאך די פטירה פון זיין שוועסטער-קינד רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין האבן די חסידים אויפגענומען רבי יצחק אייזיק אלס רבי פון זידיטשוב

                                     

3. פאמיליע

זיינע קינדער:

  • הרב אלכסנדר סענדער יו"ט ליפא אייכנשטיין התקפ"ד אומגעפער - י"א תשרי התרמ"ד), פון זידיטשוב.
  • הרב שלמה יעקב אייכנשטיין התק"ץ אומגעפער - כ"ו כסלו התרמ"ו), פון סטריא.
  • הרב ישכר בעריש אייכנשטיין התקצ"ה אומגעפער - כ"ט שבט התרמ"ו), פון דאלינא.
  • הרב אליהו אייכנשטיין התקצ"ז - ה סיון התרל"ח, פון זידיטשוב.
  • הרב מנחם מענדל אייכנשטיין הת"ר אומגעפער - י"א אדר התרס"א), פון זידיטשוב.
  • מרת סאשע רייזל - ל"ג בעומר, די ווייב פון הרב ישראל יוסף לאבין - ט"ו שבט התרס"ב, פון זידיטשוב