ⓘ נייפונדלאנד און לאבראדאר. נייפונדלאַנד און לאַבראַדאר איז א פראווינץ פון קאנאדע אויפן מזרח בארטן, ביים אטלאנטישן אקעאן. די הויפטשטאט פון נייפונדלאנד און לאבראדא ..

                                     

ⓘ נייפונדלאנד און לאבראדאר

נייפונדלאַנד און לאַבראַדאר איז א פראווינץ פון קאנאדע אויפן מזרח בארטן, ביים אטלאנטישן אקעאן. די הויפטשטאט פון נייפונדלאנד און לאבראדאר איז סט זשאנס. אין 2001, האבן געוואוינט אין נייפונדלאנד און לאבראדאר 533.800 מענטשן.

נייפונדלאנד איז אן אינזל, און לאבראדאר איז אויף דער יבשה פון קאנאדע, מיט א גרענעץ צו קוועבעק.

דער פראווינץ פון נייפונדלאנד און לאבראדאר האט געהייסן לכתחילה נייפונדלאנד און האט זיך באהאפטן צו קאנאדע אין 1949, אלס דער צענטער פראווינץ. פריער איז ער געווען א קאלאניע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.