ⓘ אלכסנדר סענדער יוט ליפא אייכנשטיין. רבי סענדער ליפא איז געבוירן אין יאר התקפד אומגעפער, דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשו ..

                                     

ⓘ אלכסנדר סענדער יו"ט ליפא אייכנשטיין

רבי סענדער ליפא איז געבוירן אין יאר התקפ"ד אומגעפער, דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.

                                     

1. רבנות

רבי סענדער ליפא איז געווען זיין פאטערס רעכטע האנט, מערסטנסטייל פלעגט ער דאווענן מוסף שבת פאר דעם עמוד. ער איז געווען א תלמידד פון זיין שוועסטער-קינד הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין רב אין ראזלא, רבי סענדער ליפא האט געהאט היתר הוראה פון הרב יוסף שאול נאטאנזאן דער שואל ומשיב.

רבי סענדער ליפא איז געווען דרייסיג יאר רב אין זידיטשוב, פון תרי"ד ביז תרמ"ד. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין תרל"ג איז ער געווארן זידיטשויווער רבי אויף זיין פאטערס ארט.

                                     

2. הסתלקות

יום כיפור תרמ"ד איז רבי סענדער ליפא שוין געווען זייער שלאַף, דאך האט ער געזאגט ביינאכט מיט א ציטערדיגער שטימע לדוד מזמור, און בייטאג האט ער געזאגט שיר המעלות ממעמקים. מוצאי יום כיפור האט ער מחדש געווען די לבנה, צומארגנס י"א תשרי התרמ"ד איז ער נפטר געווארן.

                                     

3. פאמיליע

רבי סענדער ליפא האט געהייראט בזיווג שני א טאכטער פון הרב יהודה ליביש יאליש א זון פון מלא הרועים. זיינע קינדער:

  • הרב יהושע העשיל אייכנשטיין התר"ב אומגעפער - התרמ"ה אומגעפער), רב אין חודראוו.
  • הרב ישכר בעריש אייכנשטיין התר"ח אומגעפער - כ"א ניסן התרפ"ד), פון ווערעצקי.
  • הרב אהרן מנחם מענדל אייכנשטיין התר"י אומגעפער - י"ט מנחם אב התרפ"ג), פון אלעסק.
  • הרב יוסף אייכנשטיין התרט"ו אומגעפער - התר"ף אומגעפער), פון טארניפאל.
  • הרב יהודה אייכנשטיין, פון סאנוק.
  • הרב פנחס אייכנשטיין, פון סטריא.
  • מרת ליבעלי, די ווייב פון הרב משה חיים סאפרין, פון אלטשטאט.
  • מרת דבורה, די ווייב פון רבי חיים יחיאל רובין כ"ג ניסן התרי"ד - התרע"ח, רבי אין דאמבראווא.
  • מרת אסתר, די ווייב פון רבי שמעון בצלאל ניימאן.