ⓘ אלחנן היילפרין. הרב אלחנן היילפרין איז געווען גאבד ראדומישלא, רב פונעם ביהמד בית שמואל אין גאלדערס גרין און דער נשיא פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן. ..

                                     

ⓘ אלחנן היילפרין

הרב אלחנן היילפרין איז געווען גאב"ד ראדומישלא, רב פונעם ביהמ"ד "בית שמואל" אין גאלדערס גרין און דער נשיא פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

הרב אלחנן היילפרין איז געבוירן א חנוכה תרפ"ב אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי היינט סלאוואקיי, צו זיין פאטער הרב דוד היילפרין, דאבשיצער רב, און זיין מוטער מינדל, א טאכטער פון הרב שמואל ענגיל פון ראדאמישל און קאשוי. אין קאשוי איז ער געווארן נאענט צום סטראפקאווער רבין.

ער איז געקומען אין לאנדאן, ענגלאנד אין תרצ"ט, וואו ער איז געווען א הויז בחור ביים שאצער רבין. ער האט חתונה געהאט מיט הענא חיה, די טאכטער פון ר נחום לידזערווסקי, און אלעקסאנדער חסיד.

אין אלול תש"ב האט ער זיך געצויגן קיין גאלדערס גרין, וואו ער האט געעפנט זיין בית מדרש "בית שמואל" וואס איז היינט פון די גרעסטע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין.

אין תש"ך האט ער געגרינדעם די "פרדס הויז שולע" אויפן נאמען פון הרב אברהם ישכר הלוי פרדס, אב"ד פון דענקאוו, פוילן.

ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "שיחתן של עבדי אבות" וואס ברענגט אסאך רבישע עובדות.

טבת תשע"ה איז ער געווארן קראנק אין די נירן, און כ"ט שבט איז ער נפטר געווארן אין לאנדאן. מהאט אים געפירט אין ארץ ישראל צו קבורה אין הר הזיתים.‏

                                     

2. משפחה

רבי אלחנן היילפרין און זיין ווייב הענא חיה האבן געהאט פינף זין און פיר טעכטער:‏

  • הרב חיים אהרן צבי היילפרין, רב דביהמ"ד דברי חיים לאנדאן. איידעם ביי הרב מנחם מענדיל שנייבאלג פון מאנטשעסטער.
  • הרב משה יהודה דוב היילפרין, גאב"ד ראדאמישלא, ממלא מקום אין זיין פאטערס בית המדרש בית שמואל, לאנדאן. איידעם ביי רבי משה חיים בראנסדארפער, ראש כולל פונעם גאלדערס גרינער כולל.
  • מרת חנה שפרינצא, דאס ווייב פון הרב שמעון לעמבערגער, רב פון קרית אתא און מאקאווער רב
  • הרב שלום יוסף היילפרין, גאב"ד ראדאמישלא אין ניו יארק
  • מרת רבקה שלאמצי געב תש"ט, דאס ווייב פון הרב יוסף משה שניאורסאן, טשעבינער ראש ישיבה
  • הרב ישראל שמואל דוד נחום היילפרין געב תש"ח, רב אין ביהמ"ד בית אלחנן הענדאן, לאנדאן, ענגלאנד. איידעם ביי הרב צבי הירש מייזלס, ווייצענער רב.
  • הרב יצחק אריה לייביש היילפרין, רב פון "אשל ברמה" אין רמות, ירושלים. איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער
  • מרת נחמה מרים, דאס ווייב פון רבי מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבלער רבי אין בני ברק
  • מרת לאה מינדל, דאס ווייב פון רבי חיים אלטער דוד לייפער, נאדווארנער רבי פון חיפה
                                     
  • המשפחה. הרב היילפרין איז געבוירן געווארן אין גאליציע אין א חסידישער משפחה, דער זון פון אלחנן דוב היילפרין אן אייניקל פון הרב יעקב שלמה היילפרין אב ד פרעמישלאן
  • די טשערנאבלער חסידים אין אלעד, איידעם פון הרב יצחק לייבוש היילפרין זון פון הרב אלחנן היילפרין רבי חיים יצחק, לאיעווער רבי פון בארא פארק רבי אברהם יהושע
  • דער רב פון קרית אתא איז רבי שמעון לעמבערגער, דער מאקאווער רבי, אן איידעם פון רבי אלחנן היילפרין פון גאלדערס גרין. זען  רעדן  ענדערן שטעט אין ישראל
  • ר יעקב מרדכי היילפרין זון פון ר נפתלי צבי היילפרין זון פון ר יצחק אריה לייביש, רב פון רמות ג געגנט אין ירושלים. זון פון רבי אלחנן און איידעם פון
  • קיין אילינג שפיטאל, דער 183 קיין פינער און דער 240 קיין עדזשווער. הרב אלחנן היילפרין הרב הערשל האגער בוסן פון גאלדערס גרין. טראנספארט פאר לאנדאן יולי 2009
  • ער חתונה געהאט מיט מרת נחמה מרים, א טאכטער פון גאב ד ראדאמישלא הרב אלחנן היילפרין זצ ל, דער געוועזענער זקן הרבנים פון גאלדערס גרין, לאנדאן, און נשיא הכבוד
  • מרת מינדל צירל, די טאכטער פון זיין פעטער יצחק אריה לייבוש היילפרין זון פון רבי אלחנן היילפרין און איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער רבי יוסף משה דוב
  • טשערנאבילער רבי פון בני ברק, ער האט געהייראט מרת נחמה א טאכטער פון הרב אלחנן היילפרין פון לאנדאן. מרת חנה די ווייב פון הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ. הרב
  • יארן. נאך זײ ן פטירה יום כיפור ה תשל ז האבן די חסידים, ובראשם הר ר אלחנן היילפרין פ ון לאנדאן, מכתיר געווען זײ ן איידעם הר ר יעקב לייזער אלס רבי. נאך
  • לאציא האלבערשטאט. ער האט חתונה געהאט מיט שרה יוטא, א טאכטער פון ר שלמה היילפרין פון פינטשאוו, אן אייניקל פונעם חכם צבי ווען ער געוואוינט אין פינטשאוו