ⓘ 1924. ‏ 1924 איז דאס 24סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. אן עיבור יאר, וואס איז לאנג 366 טעג. דעם 1טן יאנואר 1924 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנו ..

                                     

ⓘ 1924

‏ 1924 איז דאס 24סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. אן עיבור יאר, וואס איז לאנג 366 טעג. דעם 1טן יאנואר 1924 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג.

אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

                                     

1. געשעענישן

  • 4טן מיי - די אלימפיאדע עפנט אין פאריז
  • נווה יעקב געגרינדעט אלס יידיש דארף צפון פון ירושלים
  • 25סטן מערץ - גריכנלאנד ווערט א רעפובליק
  • 1טן פעברואר - פאראייניגטע קעניגרייך אנערקענט דעם סאוועטן פארבאנד
  • 24סטן אפריל - די "הפועל חיפה" פוטבאל גרופע געגרינדעט
  • 26סטן יאנואר - פעטראגראד פעטערבורג באקומט דעם נייעם נאמען לענינגראד
                                     

2. געבוירן

  • 1טן אקטאבער - זשימי קארטער, 39סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
  • 20סטן נאוועמבער - בענוא מאנדלבראט, מאטעמאטיקער
  • 12טן יוני - דזשארזש הערבערט וואלקער בוש, 41סטער פרעזידענט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע געשטארבן 2018
                                     

3. געשטארבן

  • 29סטן נאוועמבער - דזיאקאמא פוטשיני, איטאליענישער קאמפאזיטאר געב 1858
  • 21סטן יאנואר - וולאדימיר לענין
  • 30סטן יוני - ישראל דע האן, געהרגעט דורך די ציוניסטן געב 1881
  • 3טן פעברואר - וואודרא ווילסאן, פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן