ⓘ משה יודא דייטש. ר משה יודא דייטש איז געווען דער רעגלמעסיקער עדיטאריעל שרייבער פון דער סאטמאר זאליס צייטונג, דער איד. ער וואוינט אין קרית יואל און קערט זיך אן צו ..

                                     

ⓘ משה יודא דייטש

ר משה יודא דייטש איז געווען דער רעגלמעסיקער עדיטאריעל שרייבער פון דער סאטמאר זאליס צייטונג, דער איד. ער וואוינט אין קרית יואל און קערט זיך אן צו די זאליס.

זיין פאפולערקייט שטאמט נאך פון זיין אמאליקער וועכנטלעכער קאַלום אין דער איד אויף א מאדערן לשון הקודש, אונטערן קעפל משמעות המאורעות קעגן די אגודה קרייזן און בעלזא, וואס איז געווען זייער פאפולער און איז געווארן געלייענט ביי אלע קרייזן אלס אינטערסאנטקייט און טאן געבעריי פארן סאטמאר רביןס קנאות.

בעלזא און זייער צייטונג המחנה החדרי האבן אים נישט אפגעשוינט און צוריק געענטפערט אויף זיין שטייגער, אפילו פערזענלעכע געשעפטן מיט פאמיליע פראבלעמען וואס האט געוויזן אז ער איז גאר נישט אזוי ערליך.

ער איז געווען א געשליפענער שרייבער מיט היסטארישע ידע אין כללים פון דיאלעקט אין יידיש און נאך מער אין לשון קודש, קומענדיק פון ארץ ישראל.

אויך פלעגט ער יארן רעדאגירן די אנגלא-אידישע סעקולערע צייטונג, דער פארווערטס.

זייט דעם סאטמארער מחלוקת, התש"ס, איז דער איד געווארן א פארטייאישע זאלונישע צייטונג, און די אהרונים האבן זיך געעפענט אן אייגענע פארטייאישע צייטונג, דער בלאט, זייט דעמאלטס איז משה יודא דייטש געווען באקאנט אלס דער עדיטאריעל שרייבער ווי ער רייסט אראפ און שפאסט רעגלמעסיק פון די סאטמאר רבי, ר אהרן טייטלבוים שליט"א און זיינע חסידים. דעריבער איז ער געווארן א פיגור אין דער מחלוקה, און ער איז דער ציל ברעט פון די ארונים און אויך אז ווי קען א איד וואס האט געארבעט ביי א פרייער צייטונג קומען און פארקויפן קנאות, אבער ער ענטפערט אז ער האט נישט געשריבן אדער געלייענט נאר פשוט געטאן קאמפיוטער ארבעט פאר פרנסה.

ער איז טאקע נישט דער רעדאקטאר נאר ר אהרן פרידמאן איז דער אפיציעלער רעדאקטאר וואס קוקט דורך אלע עדס און ארטיקלען, אבער ר משה יודאס שרייבן איז דער טאן-געבער פון דער צייטונג צוליב איר חשיבות אין עדיטאריעל קאלום יעדע וואך.

היינט צו טאג האט ער זיך פענסיאנירט, ער איז א פריוואטער מאן און שרייבט שוין נישט אין דער איד.

                                     
  • איבערגעדרוקט געווארן אין יאהר תשכ ב אין טויזנט עקזעמפלארן אין ירושלים דורך רבי יודא לייב ווייס, בהוצאת רבי בן ציון יאקאבאוויטש. מען האט עס געמוזט דרוקן אין געהיים
  • צין, סאולאו אלימלך זינגער בנציון וואלדמאן דוב טעסלער חיים אביגדור דייטש חיים יודא האפמאן חיים פרענקל יואל אקערמאן יואל פאלקאוויטש, סאולאו לוי יצחק פאלקאוויטש
  • קאסני ער רבי. רבי משה מאיר, שאץ מעליצ ער רבי. רבי דוד מאסקאוויטש, שאצ ער רבי אין אשדוד. רבי יוסף חיים, איידעם פון רבי שמואל יודא פאנעט פון דעעש, שאצ ער
  • צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת ק. סוף ת ק יארן איז געווען א רב ר יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון חתם סופר און בזמנו
  • חיים פלאהר ראש כולל זכרון מנחם, הרב טורדוס זילבער יאווזשנער רב הרב מאיר יודא טענענבוים טשאטא רב, וואס זיי שטעלן צוזאם דאס געלט, ווי אויך רופט די רב פערזענדלך
  • אייזיקאוויטש, פון וויליאמסבורג. מרת מרים, די ווייב פון רבי משה דייטש קאטאמאנער רב אין לאנדאן. רבי משה האלבערשטאם זצ ל, חבר פון בית דין צדק פון עדה החרדית אין
  • ווען מ הערט ווי דער קלויזענבורגער רב, נאך דעם וואס ער האט פארלוירן ביים דייטש זיין מוטער, ברודער אין שוועסטער, זיין רעביצין און צען קינדער, פארבלייבנדיק
  • ניו יארק עליעט ספיצער. די פאליטיקער בילדער פון זאלי עסקנים ר שלום דייטש און ר משה דוד נידערמאן און דעם פאפא חסיד ר יונתן יוסף מענצער ביים איינשווערונג