ⓘ לוי יצחק הורוויץ. רבי לוי יצחק איז געבוירן כז סיון, התרפא אין באסטאן, מאסאטשוסעטס צו זיין פאטער רבי פינחס דוד הורוויץ, דעם ערשטן באסטאנער רבי, און זיין מוטער רב ..

                                     

ⓘ לוי יצחק הורוויץ

רבי לוי יצחק איז געבוירן כ"ז סיון, התרפ"א אין באסטאן, מאסאטשוסעטס צו זיין פאטער רבי פינחס דוד הורוויץ, דעם ערשטן באסטאנער רבי, און זיין מוטער רביצין שרה סאשע הורוויץ. ער איז געווען אן אייניקל זיבעטער דור פונעם בעל שם טוב.

אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי פריוואטע מלמדים. אין יאר תרצ"ד, פאר זיין בר מצוה, האט אים זיין פאטער געשיקט מיט זיין מאמען קיין ירושלים, כדי ער זאל זיין דארט ווען ער ווערט בר מצוה. זיין פאטער האט זיי נאכגעפאלגט שפעטער. לוי יצחק איז דעמאלסט אריין אין דער ישיבה "תורה ויראה" וואו ער האט געלערנט צוויי יאר. דערנאך איז ער צוריק קיין באסטאן וואו ער האט געלערנט מיט פריוואטע מחנכים ביז זיין פאטער האט אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה "תורה ודעת" אין ניו יארק. ער האט באקומען התרת הוראה פון רבי שלמה היימאן.

אין יאר תש"ב, עטלעכע חדשים נאך זיין פאטערס פטירה, האט ער חתונה געהאט מיט רייכל אונגער פון קליוולאנד, אהייא, א טאכטער פון רבי נפתלי אונגער הי"ד, דער ניימארקער רב, אן אייניקל פון רבי מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראוו און רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ. זי איז אדאפטירט געווארן דורך רבי מאיר לייפער פון קליוולאנד. די רביצן איז אים בייגעשטאנען ביי זיין עבודה ביז איר פטירה אין תשס"ב. דערנאך האט ער חתונה געהאט זיין זיווג שני, יהודית, וואס האט אים איבערגעלעבט.

זייערע קינדער זענען:

  • רבי פינחס הורוויץ, באסטאנער רבי אין ניו יארק
  • מרת טויבא, ווייב פון הרב געלטצעלער
  • מרת שיינא, דאס ווייב פון רבי יוסף פרענקל, וויליעפאלער רבי אין פלאטבוש
  • רבי נפתלי הורוויץ, באסטאנער רבי אין באסטאן
  • רבי מאיר אלטער הורוויץ, באסטאנער רבי אין הר נוף
                                     

1. זיין רביסטעווע

רבי לוי יצחק האט איבערגענומען זיין פאטערס הויף אין באסטאן. ער האט שטארק מקרב געווען סטודענטן אין די פארשידענע אוניווערסיטעטן וואס געפינען זיך אין און נאנט צו באסטאן. ער האט אויך אויפגעשטעלט די ארגאניזאציע "רופא" צו שטיצן יידן וואס זענען געקומען קיין באסטאן פון איבער דער גארער וועלט צו די גרויסע שפיטעלע און דאקטוירים אין באסטאן.

אין תשמ"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן א בית מדרש אין דעם נייעם געגנט הר נוף, ירושלים וואס איז היינט א גרויסער צענטער פון באסטאנער חסידות.

אין תשנ"ד איז ער געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אמעריקע.