ⓘ אברהם גאלדמאן, זוועהיל. רבי אברהם איז געבוירן סוכות התרצד אין ירושלים צו זיין פאטער רבי מרדכי פון ירושלים, א זון פון רבי גדליה משה, א זון פון רבי שלאמקע זוועהיל ..

                                     

ⓘ אברהם גאלדמאן (זוועהיל)

רבי אברהם איז געבוירן סוכות התרצ"ד אין ירושלים צו זיין פאטער רבי מרדכי פון ירושלים, א זון פון רבי גדליה משה, א זון פון רבי שלאמקע זוועהילער, א זון פון רבי מרדכי, רב אין זוועהיל, א זון פון הרב יחיאל מיכל גאלדמאן פון זוועהיל, אן אייניקל פונעם זלאטשאווער מגיד.

                                     

1. זיין געשיכטע

ביי די 12 יאר האט רבי אברהם אנגעהויבן לערנען מיט רבי אהרן ראטה, דער גרינדער און דער ערשטער רבי פון דער שומרי אמונים - תולדות אהרן דינאסטיע. ער איז געווען א תלמיד אין ישיבה תפארת ציון אין בני ברק וואו ער פלעגט לערנען מיט רבי מיכל יהודה לעפקאוויטש. זעכציג יאר שפעטער (בערך אין תשס"ה האט רבי אברהם באזוכט הרב לעפקאוויטש און איבערגעחזרט פון אויסענווייניג א שיעור וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען אין ישיבה, און דער גאון הרב לעפקאוויטש איז געווען דערשטוינט פון זיין זיכרון.

אין יאר תשל"ח האט ער איבערגענומען די רביסטעווע נאך זיין פאטערס פטירה.

                                     

2. משפחה

רבי אברהם האט געהייראט מרת איטא מרים סימא תרצ"ו - א אייר תשע"ד, די טאכטער פון ר מרדכי שטערנבערג און זיין ווייב מרת גיטל.‏‏

זייערע קינדער זענען:

  • רבי יעקב לייב
  • רבי יוסף
  • רבי שמואל דוד, ראש ישיבה פון דער זוועהילער ישיבה לצעירים
  • רבי שלמה, זוועהילער רבי
  • רבי יצחק
  • רבי זאב
  • די ווייב פון רבי ירמיה ראבינאוויטש, ביאלא־לענטשנער רבי פון בית שמש
  • רבי שאול
  • רבי גדליה משה, זוועהילער רבי
  • די ווייב פון רבי שלמה האפשטיין פון ביתר עילית

זיינע ברידער זענען: הרב שלמה גאלדמאן איידעם פון דעם צאנז-קלויזנבורגער רבי - זוועהיל-צאנזער רבי אין אמעריקע; הרב יעקב גאלדמאן - איידעם פון הרב משה בערגמאן; הרב דוד גאלדמאן - רב פון די זוועהילער חסידים אין בני ברק. זיין שוועסטער בתיה חיה איז די ווייב פון הרב אברהם חיים ראטה, דער שומרי אמונים רבי.

                                     
  • לייב גאלדמאן רבי אליעזר גאלדמאן פון זוועהיל - צאנז רבי יוסף גאלדמאן פון זוועהיל - ירושלים רבי יעקב לייב גאלדמאן פון זוועהיל - מאנסי רבי אברהם גאלדמאן פון זוועהיל
  • א טאכטער פון הרב דוד ז ק, רב אין גראביוויץ, א זון פון הרב אברהם ז ק, רב אין שאגראד. זייערע קינדער: הרב יחיאל מיכל גאלדמאן פון זוועהיל זוועהיל הויף
  • טובים פלעג ער פייערן אין ירושלים. רבי אברהם חיים האט געהייראט מרת בתיה חיה, טאכטער פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל זייערע קינדער: הרב רפאל אהרן, פון בני
  • ירמיהו, אדמו ר פון ביאלא - לענטשנע אין בית שמש איידעם ביי רבי אברהם גאלדמאן פון זוועהיל רבי אהרן שלמה, אדמו ר פון ביאלא - בארא פארק אין ניו יארק. די
  • געווען דער שווער רבי מרדכי רוקח, דער בילגארייער רב און רבי גדליה משה גאלדמאן פון זוועהיל רבי משה אהרן ה תר ם - כ ח סיון איז געווען א זון פון רבי דוד שלמה
  • נתן דוד האלענדער. ער האט חתונה געהאט מיט שרה, טאכטער פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל ער איז געווען א מתמיד עצום. בערך אין יאר תשל ד האט ער זיך געצויגן
  • פון בערעזנא. הרב יצחק הלוי פיטשניק. הרב אברהם שמואל פיטשניק פון בערעזנא, איידעם פון הרב מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל געווארן רבי יונגערהייט מרת שיינדיל די