ⓘ בערעגסאז. בערעגסאַז איז א שטאט אין דער טראנסקארפאטישער גובערניע אין קארפאטארוס, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט אונגארן, 26 קמ דרום פון מונקאטש. זי א ..

                                     

ⓘ בערעגסאז

בערעגסאַז איז א שטאט אין דער טראנסקארפאטישער גובערניע אין קארפאטארוס, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט אונגארן, 26 ק"מ דרום פון מונקאטש.

זי איז געווען די הויפטשטאט פון בערעג מעדזשע אין אונגארן ביז 1919 און צווישן 1938-1944.

דעם נאמען בערעגסאַז האט מען ערשט גענוצט אין 1504.

                                     

1. דעמאגראפיע

דער ערשטער יידישער יישוב איז געגרינדעט אין דער שטאט אין 1768 מיט פיר משפחות. ביז 1830 איז די יידישע באפעלקערונג געוואקסן צו 200.

די באפעלקערונג איז בערך 26.100 אין 2004.

                                     

2. יידן אין בערעגסאז

רבנים פון בערעגסאז

  • הרב אברהם יהודה הכהן שווארץ, מחבר פון שו"ת קול אריה תרכ"א - תרמ"ג‏
  • הרב שלמה שרייבער, מחבר פון ״חוט המשולש״תרמ"ג -‏
  • הרב יצחק ראכליטץ ביז תרי״ט‏
  • הרב שלמה הירש לעצטער רב, אומגעקומען מיט זיין גאנצער קהילה