ⓘ אנשי כנסת הגדולה. די צייט פון אנשי כנסת הגדולה האט זיך אנגעהויבן אין יאר גתח מיט דעם אנפאנג פון אויף בויען פון צווייטן בית המקדש, זיי זענען געשטאנן אין שפיטץ פו ..

                                     

ⓘ אנשי כנסת הגדולה

די צייט פון אנשי כנסת הגדולה האט זיך אנגעהויבן אין יאר גת"ח מיט דעם אנפאנג פון אויף בויען פון צווייטן בית המקדש, זיי זענען געשטאנן אין שפיטץ פון דאס יידישע פאלק און זיי האבן אנגעפירט מיט דעם בויען פון צווייטן בית המקדש, און מיט דער עליה פון די יידן פון בבל קיין ירושלים. די אנשי כנסת הגדולה האבן אנגעפירט מיט אלע באדערפענישן און פירערשאפט פון דאס יידישע פאלק ביז דעם יאר גתמ"ח, ווען חגי, זכריה, מלאכי זענען נפטר געווארן און סהאט זיך געענדיגט די נבואה. אויך עזרא הסופר איז דעמאלס נפטר געווארן, און שמעון הצדיק איז געווארן דער פירער און כהן גדול.

                                     

1. די אנשי כנסת הגדולה

פארהאן פארשידענע מיינונגן ווער סאיז געווען פון די אנשי כנסת הגדולה:

  • דער רמב"ם אין זיין הקדמה שרייבט: דער בית דין פון עזרא הסופר, זיי ווערען אנגעריפן אנשי כנסת הגדולה, פון זיי איז געווען, חגי, זכריה, מלאכי, דניאל, חנניה, מישאל, עזריה, נחמיה בן חכליה, מרדכי בלשן, זרובבל, און נאך פיל חכמים, צוזאמען, הונדערט און צוואנציג חכמים.
  • דער אברבנאל אין זיין הקדמה שרייבט: דער גרופע וואס ווערען אנגעריפן אנשי כנסת הגדולה זענען חגי, זכריה, מלאכי, זרובבל, מרדכי בלשן, עזרא, יהושע בן יהוצדק, שריה, רעליה, מספר בני, רחום בענה, נחמיה בן חכליה. די צוועלף זענען געווען די נשיאים פון דער גרופע, וואס זיי זענען ארויף געקומען פון בבל קיין ירושלים, צו זיי האט זיך באהאפטן נאך אנדערע אנפירער, צוזאמען זענען זיי געווען הונדערט און צוואנציג חכמים. עזרא הסופר איז געווען דער אנפירער איבער אלע, און שמעון הצדיק איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה. אויך רבי דוסא בן הרכינס וועלכער איז געווען אין דער זעלבע צייט איז געווען פון אנשי כנסת הגדולה.
דער אברבנאל שפארט זיך מיט דעם רמב"ם, ער האלט אז דניאל, חנניה, מישאל, עזריה, זענען נישט געווען א טייל פון די אנשי כנסת הגדולה.
                                     

2. תקנות

מיר געפינען אין די חז"ל פארשידענע תקנות און אויפטוהן וואס די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען:

  • די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן די ברכות, תפלות, קדושות און הבדלות.
  • די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן דעם תפילה פון שמונה עשרה אויף דעם סדר.
  • די אנשי כנסת הגדולה האבן געשריבן די ספרים: יחזקאל, תרי עשר, דניאל און מגילת אסתר.
  • די אנשי כנסת הגדולה האבן געהרגעט דעם יצר הרע פון עבודה זרה, אויך דעם יצר הרע פון עריות האבן זיי בלינד געמאכט אויף איין אויג.
                                     
  • שמעון הצדיק, איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה און דער ערשטער תנא וואס זיין נאמען ווערט דערמאנט אין דער משנה, ער איז געווען א כהן גדול אין
  • הקטן איז געווען פון ערשון - צווייטן דור תנאים, און פון זיבטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה דער דור וואס איז געווען פאר דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. מען
  • שמעון הצדיק, כהן גדול ביים בית שני און פון די אנשי כנסת הגדולה ה רס ט - דון יצחק אברבנאל ה תר א - רבי אברהם דוד מבוטשאטש, מחבר פון אשל אברהם אויף שולחן
  • אליעזר המודעי איז געווען פון דריטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש, א תלמיד
  • אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן, פון די מצות זענען: נטילת ידים, חנוכה. דאס זענען באפעלונגן וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן
  • אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים, אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה דער לעצטער דור פון תנאים. מסכת אבות פרק ד משנה כ א, רבי אלעזר הקפר
  • ישמעאל איז געווען פון דריטן - פערטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. מסכת ברכות
  • החורנית איז געווען פון ערשטן דור תנאים, און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה פאר דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. מסכת סוכה פרק ב משנה ז שהלכו
  • כ ט תשרי נפטר געווארן שמעון הצדיק, כהן גדול ביים בית שני און פון די אנשי כנסת הגדולה ה רס ט - נפטר געווארן דון יצחק אברבנאל ה תר א - רבי אברהם דוד מבוטשאטש
  • עקשיא איז געווען פון דריטן - פערטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. מסכת מכות
  • נורי איז געווען פון דריטן - פערטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. ער איז געווען
  • נחום הלבלר איז געווען פון ערשטן דור תנאים, און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה פאר דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. מסכת פיאה פרק ב משנה ז מעשה