ⓘ פארברעכנס ..

ים-רויבעריי

ים-רויבעריי איז א פֿארברעך וואס ווערט אויסגעפֿירט אויף שיפֿן אינעם ים. ים-רויבערס ווערן אויך גערופֿן פּיראַטן. געוויינטלעך האבן זיי קליינע און שנעלע שיפֿלעך. זיי ניצן אזלעכע שיפֿלעך צו אַטאַקן שיפֿן, געוויינטלעך גרויסע לאַסט-שיפֿן. שוין זינט אז שיפֿן האבן ערשטנס געפֿאָרן אינעם ים זענען דא געווען פּיראַטן. אוראלט עגיפטן און גריכנלאנד, די רוימער, קעניגן אין דער מיטל אלטער און די בריטישע אימפעריע האבן געליטן פֿון פּיראַטן. א מאל איז דער קאַמף קעגן פּיראַטן געווען איינער פֿון די מערסט וויכטיקע ראלעס פֿון א פֿלאָט.

מארד

מארד איז ווען א מענטש ברענגט אום א צווייטן מענטש בייזוויליג, אן קיין תירוץ. אין יעדער ציווילער געזעלשאפט איז מארד גאר אן ערנסטע פארברעך, און א מענטש/פארברעכער, וועלכער ווערט אנגעקלאגט פארן דערמארדן א צווייטן איז זיין שטראף גאר הארב. אין רוב לענדער באקומט אזא איינער טויט-שטראף צי לעבנסלענגליכע טורמע.

פארגעוואלדיגונג

פארגעוואלדיגונג אדער מאַנס זיין איז דער אקט וואס א מענטש צווינגט א צווייטן צו האבן סעקסועלע אקטן מיט אים קעגן זיין ווילן, אין מערסטנס פעלער איז עס א מאן וואס צווינגט א פרוי אדער מיידל, אבער עס פאסיהרט ביי אלע סארט אופנים, געשלעכטן און מינים.

                                     

היט ענד ראן

היט ענד ראן איז אן ענגלישע אויסדרוק HIT AND RUN, טייטש: שלאג און אנטלויף, דאס מיינט ווען איינער איז פארמישט אין אנגרופען אדער שעדיגן א צווייטן סיידן יענער האט עס געטאן אומוועלנדיג אדער בייזוויליג און דער מענטש אנטלויפט פונעם פלאץ פונעם פארברעך אן זיך אידענטיפיצירן און זיך איינטוישן אינפארמאציע. אין אמעריקע איז עס זייער א הארבע פארברעך עס רופט זיך LEAVING THE SCENE OF A CRIME, דאס מיינט פארלאזן די ארט פון א פארברעך.