ⓘ ארכיטעקטן ..

איניגא דזשאנס

איניגא דזשאנס איז געווען אן ענגלישער ארכיטעקט. ער האט געברענגט דעם סטיל פון רענעסאנס ארכיטעקטור צו ענגלאנד, און איז געווען דער ערשטער בריטישער ארכיטעקט פון דער מאדערנער תקופה.

פרענק לויד רייט

פֿרענק לויד רייט איז געווען אן אמעריקאנער ארכיטעקט. ער האט געפלאנעוועט פארשידענע געביידעס, איינשליסנדיק בענק, ביוראען, א שול, א בענזין־סטאנציע, א בירגארטן און א קונסט מוזיי. ער ווערט גערעכנט איינער פון די חשובסטע ארכיטעקטן פונעם 20סטן יארהונדערט.

                                     

ארכיטעקט

אן אַרכיטעקט איז איינער וואס פלאנעוועט געביידעס און שאפט פלענער וואס ער גיט איבער צו א בוימייסטער. זיין פאך ווערט גערופן ארכיטעקטור. דאס ווארט ארכיטעקט שטאמט פון גריכיש ארכיטעקטאן.

                                     

סינאן

קאצאַ מימאַר סינאַן אֵגאַ איז געווען אן אטאמאנישער ארכיטעקט און ציווילער אינזשעניר. ער האט געארבעט פאר די סולטאנען סוליימאן דער ערשטער, סעלים דער צווייטער, און מוראד דער דריטער. בערך פופציק יאר האט ער געארבעט פאר דער אטאמאנישער אימפעריע, און געפלאנעוועט 500 געביידעס. מען צושרייבט צו אים דאס פלאנעווען דעם פראכטפולן שכם טויער אין ירושלים. זיין מייסטערווערק איז דער סעלימיע מעטשעט אין עדירנע. זיין מערסטע בארימסטע ווערק איז דער סוליימען מעטשעט אין סטאמבול.