ⓘ יצחק לייפער. רבי איציקל איז געבוירן אין יאר התקל אומגעפער צו זיין פאטער רבי אהרן אריה לייב לייפער פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן. און צו ..

                                     

ⓘ יצחק לייפער

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר התק"ל אומגעפער צו זיין פאטער רבי אהרן אריה לייב לייפער פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת יענטע.

                                     

1. רבנות

נאך ביים פאטערס לעבען איז רבי איציקל געווארן רבי אין קאלוש אויף זיין פעטער זיין פאטערס ברודער רבי דודס ארט, און דער זעלבע צייט וואס דער חוות דעת איז דארט געווען רב.

                                     

2. הסתלקות

אין יאר הת"ר איז רבי איציקל שטארק קראנק געווארן, צוויי שעה פאר ער איז אוועק האט ער צוזאמען גערופן די פאמיליע און זיי געזעגנט, און ער האט זיי איבער געגעבן זיינע כתבים אין קבלה, ער איז נפטר געווארן ו שבט הת"ר.

                                     

3. זיין פאמיליע

דער בארדיטשעווער רבי האט גשדכנט פאר רבי איציקל מרת פייגא א טאכטער פון רבי איתמר הכהן. זיין שווער רבי איתמר האט געהאט א קרעטשמע אין א דערפל טשיזיקאוו נעבן לעמבערג, ער איז געווען פון די צדיקים נסתרים, רבי לייב שרהס פלעגט פיל פארברענגן מיט אים, אויך אנדערע צדיקים. זייערע קינדער:

  • הרב ישכר דוב בערטשע לייפער התק"ן אומעפער - ג אלול התקצ"א), רבי פון נאדווארנא.
  • הרב אהרן אריה לייב - ו סיון התרמ"ג, פון ראזשניטאוו.
  • הרב ישראל מייער - כ"ה אדר התר"ם, ממלא מקום פון פאטער, רבי פון קאלוש.
  • הרב יצחק, פון ראזשניטאוו.
  • הרב יהודה, פון קאלוש
  • הרב יצחק, ממלא מקום פון פאטער, רבי פון קאלוש
  • הרב שלמה לייפער - י"א ניסן התרכ"ח, פון חברון. ער האט נישט איבער געלאזט קיין קינדער.
  • הרב מיכל לייפער, פון נאדווארנא
  • הרב דוד אייזעקסאהן - א חשון התרס"ח, פון ראמאן.
  • הרב משה לייפער, פון קאלוש.
  • הרב אהרן לייב מאיר.

בזיווג שני האט רבי איציקל געהייראט מרת בריינא. זייערע קינדער:

  • מרת רחל, די ווייב פון הרב צבי פון קאלוש.
  • מרת חנה לאה, די ווייב פון הרב אהרן אריה לייב רעדליך.
  • הרב יחיאל מיכל - ט ניסן התקצ"ג פון קאמארנא.