ⓘ ישכר דוב בערטשע לייפער. רבי בערטשע איז געבוירן אין יאר התקן אומגעפער צו זיין פאטער רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרעמישלאן ..

                                     

ⓘ ישכר דוב בערטשע לייפער

רבי בערטשע איז געבוירן אין יאר התק"ן אומגעפער צו זיין פאטער רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב איתמר הכהן, פון די צדיקים נסתרים.

                                     

1. רבנות

רבי בערטשע איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יצחק פון ראדוויל, און א תלמיד פון סטרעליסקער מגיד פון וועמען ער האט גענומען דעם וועג פון דאווענען מיט א פלאם פייער. רבי בערטשע איז געפארן צו זעקס און צוואנציג צדיקים בעלי רוח הקודש. אויף דעם אנווייז פון זיין פעטער רבי מאיר פון פרעמישלאן האט מען אויפגענומען רבי בערטשע אלס רבי אין נאדווארנא.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי בערטשע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון רבי אהרן בראטשיווער. נאכהער האט ער געהייראט בזיווג שני מרת רחל א טאכטער פון רבי אברהם לייב בלאך פון נאדווארנא. זייערע קינדער:

  • הרב אהרן אריה לייב לייפער התק"ע אומעפער - י"ד שבט התרנ"ז), ממלא מקום פון פאטער, רבי פון נאדווארנא.
  • הרב מרדכי לייפער י"ט אייר התקפ"ה - ט"ו תשרי התרנ"ה, רבי פון נאדווארנא.
  • הרב יוסף לייפער - ט תמוז התרפ"ו, פון בורשא.