ⓘ מרדכי לייפער, נאדווארנא. רבי מאטאלע נאדווערנער איז געבוירן יט אייר התקפה צו זיין פאטער רבי ישכר דוב בערטשע לייפער, רבי אין נאדווארנא, א זון פון רבי יצחק לייפער ..

                                     

ⓘ מרדכי לייפער (נאדווארנא)

רבי מאטאלע נאדווערנער איז געבוירן י"ט אייר התקפ"ה צו זיין פאטער רבי ישכר דוב בערטשע לייפער, רבי אין נאדווארנא, א זון פון רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון רבי אברהם לייב בלאך, א זון פון רבי חיים גבריאל בלאך, מחבר פון ספר יפה נוף, א זון פון רבי יוסף פון אלעסק, מחבר פון ספר גנזי יוסף.

                                     

1. רבנות

רבי מאטאלע האט זיך אוועק געצויגן פון נאדווארנא קיין גאליציע, און נאכהער אין יאר התרכ"ה האט ער זיך באזעצט אין אונגארן, קודם איז ער געוווען אין קיוויאשד נאכהער אין חוסט, און שפעטער אין באשטינא.

גדולי הדור האבן אים געלויבט ווען ער איז געווען א יונגערמאן. הרב אברהם יהודה שווארץ, רב פון מאד, אונגארן, און מחבר פון שו"ת "קול אריה" האט אים געהאלטן פאר אן איש קדוש.

                                     

2. קבלה פון אליהו הנביא

‏ רבי מאטעלע האט מקבל געווען דריי זאכן פון אליהו הנביא.

1) אז סוף זמן אכילת חמץ ערב פסח איז אכט אזייגער.

2) אז ערב פסח צופרי זאל מען מאכן א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.

3) אז סאיז גוט צו ניצן אונגארישע וויין פאר ארבע כוסות.

און זיינע אייניקלעך פירן זיך טאקע אזוי

                                     

3. זיין פאמיליע

רבי מאטאלע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון רבי שמואל שמעלקא טויבש, רב אין יאס. זיינע קינדער:

  • הרב ישכר דוב בערטשע לייפער התר"ה אומגעפער - כ"ב אלול התרס"ו), פון סאטמאר
  • הרב ישראל יעקב לייפער - ט אדר ב התרפ"ט, פון חוסט
  • הרב יצחק לייפער פון סטאניסלאוו
  • הרב יוסף לייפער פון דעברעצין און נירעדהאז
  • מרת בינא די ווייב פון הרב אברהם יוסף איגרא - כ"ד אלול התרע"ח, פון דזשאלין און קשאנאוו.
  • הרב אהרן משה לייפער התרט"ו אומגעפער - ז חשון התרפ"ו), פון זשאלין און לאנצהוט
  • הרב מאיר ראזנבוים התר"ח אומגעפער - ל סיון התרס"ח), פון קרעטשניף