ⓘ אידישע יישובים ..

אידישע געמיינדע

א אידישע געמיינדע איז א גרופע אידן וואס וואוינען אין א יישוב און שאפן דינסטן פאר יידיש לעבן, למשל, מקוואות, שולן, חינוך, כשרות און א חברה קדישא. פון ווען דאס אידישע לעבן איז געשאפן געווארן האט דאס אלס אנגעהאלטן אויפן פארנעם פון א קהילה/געמיינדע, און דאס איז געוועון דער ווירקזאמער מיטל וואס האט אלס אנגעהאלטן אז עס זאל נישט פארפאלן גיין, אלס איז מען ארום גענומען מיט רבנים און העכערע גייסטליכע, ווי צ.ב.ש. דיינים, שוחטים, מורי הוראות, און דאס איז געווען דער שטארקסטער געווער קעגן אסימילאציע אנגעהויבן האט זיך דאס נאך ביים דור המדבר דער דור דעה וואס האט געהאט אזא גרויסן רבין ווי משה רבינו, און שפ ...

אומאן

אומאן איז א שטאָט אין צענטראל אוקראינע, מזרח פון וויניצע, אין דעם היסטארישן מזרח אייראפעאישן ראיאן פון מזרח פּאָדאָליע. עס איז אַן אינדוסטריעלע שטאָט מיט לערך 85.000 איינוואוינער. די דאָזיקע אוקראַיִנישע שטאָט טראגט גרויס וויכטיקייט פאר בראסלעווער חסידות, ווײַל זי פארמאגט דעם קבר פון זיין גרינדער, רבי נחמן פון ברעסלאוו. דער קבר איז אַ צענטער פון פּילגרימ-נעסיע, און אויף ראש השנה ווערט עס באזוכט דורך צענדליגע טויזנטער אידן, אַרייַנגערעכנט פילע וואָס זענען נישט ברעסלאַווע אנהענגערס. עס געפינט זיך אויפ מערב זיין פון אוקריינא, צווישן קיעוו און אדעסע. עס איז ווייט פון קיעוו צוויי הונדערט קילאמע ...

באסטאן

באסטאן איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין דעם אמעריקאנער שטאַט מאסאטשוסעטס און אין גאנץ ניי ענגלאנד. די שטאט איז די 24סטע גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט א באפעלקערונג פון 645.966 אין יאר 2013. איינוואוינער פון באסטאן הייסן "באסטאנער". אין 1630 קאלאניסטן פון ענגלאנד האבן מייסד געווען די שטאט אויפן שאוומוט האלבאינזל. ווערנט דעם סוף פון דעם 18טן יארהונדערט האבן פאסירט אין באסטאן עטלעכע וויכטיגע פאסירונגען פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע, איינשליסנדיק די באסטאנער שחיטה און די באסטאנער טיי פארטי. נאך דער אמעריקאנער זעלבשטענדיגקייט איז באסטאן געווארן א הויפט פארט און צענטער פון פאבריציר ...

וואלדהיים

דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער פון קאַזאַן, מאָהילעוו און דנעפּראָפּעטראָווסק. איינצײַטיק איז אינעם דאָרף געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "אילייִטשס געבאָטן". אין 1929 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שולע אין וואלדהיים, און מהאט געלערנט אלע לעקציעס אויף יידיש. אין 1930 איז אין וואַלדהיים געשאַפן געוואָרן אַ ייִדישער דאָרפסראַט. אין 1932 איז דער פאָרזיצער פונעם קאָלווירט אין וואַלדהיים געווען אַ געוויסע צײַט דער דיכטער עמנואל קאַזאַקעוויטש. אין די דרײַסישער יאָרן איז אין וואַלדהיים דערשינען אַן אָרטיקע צײַטונג אויף רוסיש און אויף ייִדיש. די באַפעלקערונג ...

וויליאמסבורג, ברוקלין

וויליאַמסבורג איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק, צופוסנס פונעם וויליאַמסבורג בריק וואָס פירט קיין מאַנהעטן. עס האָט אַ גרויסע געמיינדע פון חרדישע אידן.