ⓘ האלענדיש אדער נעדערלענדיש איז א מערב־גערמאנישע שפראך וואס איבער 22 מיליאן מענטשן רעדן אלס מוטערשפראך, און איבער 5 מיליאן מענטשן אלס א צווייטער שפראך. רוב מוטערש ..

                                     

ⓘ האלענדיש

האלענדיש אדער נעדערלענדיש איז א מערב־גערמאנישע שפראך וואס איבער 22 מיליאן מענטשן רעדן אלס מוטערשפראך, און איבער 5 מיליאן מענטשן אלס א צווייטער שפראך. רוב מוטערשפראך רעדער וואוינען אין האלאנד, בעלגיע און סורינאמע, און קלענערע צאלן רעדער אין טיילן פון פראנקרייך, דייטשלאנד און געוועזענע האלענדישע קאלאניעס. די שפראך איז גאנץ נאענט צו אנדערע מערב־גערמאניש שפראכן.

האלענדיש איז די פרינציפאלע און אפיציעלע שפראך פון האלאנד, פלאנדערן אין בעלגיע וואס זייער דיאלעקט רופט זיך פלעמיש און סורינאמע.

אין דרום אפריקע, איז איינע פון די שפראכן אפריקאנעריש, א האלענדישער דיאלעקט, גערעדט דורך די בורן.