ⓘ טאנזאניע. די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטיש ..

                                     

ⓘ טאנזאניע

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרענעצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען. דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.

פון זעלבשטענדיקייט ביז 1996 איז די בארטן שטאט דאר עס סאלאאם געווען די פאליטישע הויפטשטאט. היינט בלייבט דאר עס סאלאאם די פרינציפעלע קאמערציעלע שטאט פון טאנזאניע, און רוב רעגירונג אינסטיטוציעס זענען נאך דארטן. זי איז דער הויפט ים־פארט פארן לאנד און זיינע לאנד איינגעשלאסענע שכנים.

                                     

1. עקאנאמיע

די עקאנאמיע איז באזירט אויף לאנדווירטשאפט, וואס נעמט איין העלפט פון דעם GDP, פארזארגאט 85 פראצענט פון עקספארט און באשעפטיקט אומגעפער 80 פראצענט פון דער ארבעטקראפט. נאר 4 פראצענט פון דעם ערד שטח איז קולטיווירט.

טאנזאניע האט צוויי לופטליניעס, וואס פליען אין לאנד און האבן אויך אינטערנאציאנאלע לופטרייזעס פון טאנזאניע קיין קיגאלי, נייראבי און מאמבאסע.

                                     

2. געאגראפיע

דער צענטער פונעם לאנד איז פלאך, מיט בערג אין צפון און אין דרום. דער העכסטער פונקט אין טאנזאניע איז אוהורו שפיץ, קילימאנדזשארא, הויך 5.893 מעטער, וואס איז אויך דער העכסטער פונקט אין אפריקע.