ⓘ חורבן אייראפע מוזייען ..

אמעריקאנער חורבן אייראפע מוזיי

דער אמעריקאנער חורבן אייראפע מוזיי איז אוועק געשטעלט צו באהאנדלען די טעמע פון דעם חורבן אייראפע, און אלע ארומיגע צוגעהערן. ווי עס הייסט היינט איז דאס דער מערסטער פארגעשריטענער מוזיי איבער דער טעמע, ער שטייגט אפילו איבער יד ושם לויט רוב פארשער און אנאליסטן. איינס פון די זאכן מיט וואס זיי שטייגן זייער ארויס איבער אנדערע איז, אז איבער יעדער טעמע איז דא א באצאלטער איינגעשטעלטער וואס קען זיך אויס מיט דעם אזוי ווי מיט זיין האנט פלאך, און מען קען איהם פרעגן אויפן פלאץ, און/אדער אריינגעבן א ביטע פאר א פון פאראויס באשטימטן אוידיענץ און עס ווערט צוגעגרייט דעם גאנצן חומר וואס איר ווילט אזוי אז איר זא ...

שמעון וויזענטאל צענטער

סימאן וויזנטאל צענטער איז אן ארגאניזאציע וואס הייסט נאך דעם באקאנטן נאצי יעגער שמעון וויזנטאל. געעפנט דורך ראביי מארווין הייער פארצוזעצן זיין ארבעט און זכרון און דערביי מאכן א גוטער בודזשעט. עס איז הויפטקווארטירט אויף פיקא בולעווארד, די הויפט גאס אין לאס אנזשעלעס. זיי האבן א ריזיגען קאמפוס פון בנינים, א ישיבה, מיידל שולע, האלאקויסט מוזיי, און א אפיס געביידע וואס האלט אן קשרים מיט דער וועלט פרעסע צו פארדאמען און אויפדעקן פארשידענע נייעסער און פובליק רילעישאנס בנוגע די היסטאריע פון האלאקאויסט און באקעמפן אנטיסעמיטעזים דורך דעם אפצוהאלטן נאך א האלאקויסט.