ⓘ קאמפיוטער נעצווערקן ..

אפענער פראקסי

מען קען דאס אליין פרובירן, אין TOOLS אדער פרעפערענצן געוואנדן אויב דו ניצט IE אדער MOZILLA און אונטער PROXY לייג אריין די IP און PORT לייג אריין 3128. דאן גיי צו WWW.MYIPADDRESS.COM וועסטו זעהן די IP ADDRESS פון די PROXY.

דינער (קאמפיוטער)

אין קאָמפּיוטערײַ, אַ דינער איז אַ קאָמפּיוטער אָדער אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם װעלכע איז באַשטימט צו באַדינען אַנדערע קאָמפּיוטערס. צום בײַשפּיל, אַן אָפּדרוקער־דינער באַדינט װי אַ אָפּדרוקער פֿאַר אַלע קאָמפּיוטערס אין דעם נעצװערק, אָדער אַ DNS־דינער באַדינט װי אַ נאָמען־אױסלײזער צװישן קאָמפּיוטער נעמען מיט IP־אַדרעסן.

לאקאל נעצווערק

א לאָקאַל נעצװערק איז א קאמפיוטער נעצווערק וואס איז צעשפרייט אויף א באגרענעצטער שטח, אין איין בנין אדער עטלעכע נאענטע בנינים. עס איז אנדערש ווי א מוניציפאל נעצווערק וואס איז צעשפרייט איבער א שטאט, אויך אנדערש ווי א פארשפרייט נעצווערק וואס קען זיין צעשפרייט איבער דער גאנצער וועלט. א לאקאלער נעצווערק איז א סך שנעלער ווי די אנדערע אויבן דערמאנטע נעצווערקן. דאס ערשטע לאקאלע נעצווערק איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1977 התשל"ז דורך Datapoint װאָס האָט באדינט צו איינטיילן הארטדיסקן. היינט זיינען דא סטאנדארטן באשטימט דורך IEEE וואס ערלויבן אויך צו איינטיילן אפדרוקערס, פארבינדונגען צו אנדערע נעצווער ...

קאבל אינטערנעט

קאבל אינטערנעט איז א וועג פון פארבינדן צווישן דעם אינטערנעט סערוויס פֿאַרזאָרגער און דעם קונה וואס וויל ניצן די אינטערנעט, עס ווערט געצויגן מיט דעם זעלבן אופן און שיטה ווי טעלעוויזיע קאַבלען און א סאך מאל ווערן אויך געניצט די טעלעוויזיע קאַבלען פאר דעם צוועק. אריבערפירן אינפארמאציע IP בעיקר פאר אינטערנעט דורך דראָטן איז אן אנגענומענעם וועג אריבער צופירן אינפארמאציע שנעל עס האט א ברייטן קארידאר. קאבל אינטערנעט איז א ערנסטע קאנקארענץ צו DSL צוליב דעם וואס עס פירט אריבער מער און שנעלערע אינפארמאציע אין דער זעלבער צייט אפשניט. דער קאבל וואס ווערט געניצט פאר אינטערנעט איז פון גלאז, אין דער וועל ...

קאלעג צו קאלעג

קאלעג צו קאלעג איז א קאמפיוטער נעצווערק מעטאד וואס יעדער עק פונעם נעצווערק באדינט סיי ווי א קליענט און סיי ווי א דינער. דעם דאזיקן מעטאד ניצט מען בעיקר פאר טעקעס באטייליקונגען.