ⓘ שמואל דוד אונגאר. הרב שמואל דוד אונגאר איז געווען דער לעצטער רב פון נייטרא, סלאוואקיי, בעפאר דעם גרויסן חורבן אייראפע, און האט געפירט דארט א גרויסע ישיבה. אין ת ..

                                     

ⓘ שמואל דוד אונגאר

הרב שמואל דוד אונגאר איז געווען דער לעצטער רב פון נייטרא, סלאוואקיי, בעפאר דעם גרויסן חורבן אייראפע, און האט געפירט דארט א גרויסע ישיבה.

אין תרצ"ה האט מען ממנה געווען הרב אונגאר א וויצע־פרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

                                     

1. זיינע יוגנט יארן

שמואל דוד איז געבוירן אין יאר תרמ"ז אין פישטיאן, אונגארן היינט סלאוואקיי צו זיין פאטער הרב יוסף משה אונגאר, שטאטס רב אין פישטיאן, און אן איידעם ביי הרב דוד פישער, אב"ד פישטיאן. דעם ערשטן טאג חוה"מ סוכות תר"ס, איז ער פאריתומט פון זיין פאטער ביי דער עלטער פון צוועלף יאר. ווען ער איז געווארן בר־מצוה איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון זיין פעטער הרב נח ברוך פֿישער, פרעשאווער רב. נאכדעם האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון הרב שמואל ראזנבערג, אונסדארפער רב און מחבר פון "באר שמואל".

אנקומענדיג אין די יארן האט ער געהייראט מרים לאה פישער, א טאכטער פון זיין פעטער און רבין ר נח ברוך פישער, פרעשאווער רב.

                                     

2. אלס רב

אין עלטער פון איין און צוואנציג איז הרב שמואל דוד אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם שטעטל קראמפאך ווי ער האט געדינט פאר די קומענדיגע פינף יאר, ווי אויך האט ער דארט געגרינדעט א ישיבה אויפן עצה פון זיין רבין דער אונסדארפער רב.

דאן איז געקומען אן איינלאדנונג פון טירנוי אז די כסא הרבנות איז זיי ליידיג געווארן, און וויבאלד טירנוי איז געווען א גרעסערע שטאט ווי קראמפאך איז הרב שמואל דוד געשטעלט געווארן דארט, ווי ער האט געדינט רבנות פאר די קומענדיגע פופצן יאר, ווי אויך האט ער איבערגעפלאנצט דארט די ישיבה וועלכע איז שטארק געוואקסן מיט די צייט.

אין יאר תרצ"א איז נפטר געווארן הרב אברהם אהרן כ"ץ - דער רב פון שטאט נייטרא. די ראשי הקהילה פון נייטרא האבן פון אלע קאנדידאטן דאס מערסטע געגליכן דעם טירנויער רב אלס ממלא מקום פארן רבנות שטעלע, און האבן געשיקט לאדענען הרב שמואל דוד צו אננעמען דאס פאסטן אין נייטרא. נאך עטליכע טעג איבערטראכטן האט דער רב געזאגט פאר איינע פון זיינע נאנטע "איך פיל אז עס וועט קומען א טאג וואס אין גאנץ אייראפע וועט נישט זיין קיין תורה און נאר אין נייטרא וועט זיין לימוד התורה" וואס שפעטער איז טאקע אזוי געווען בשעת חורבן אייראפע און דערפאר האט ער באשלאסן איבערצולאזן טירנוי און אננעמען דאס רבנות אין נייטרא.

                                     

3. די בארימטע נייטרא ישיבה

אין נייטרא האבן די שטאטישע אידן שטארק געשטיצט דעם נייעם הרב אונגאר, און האבן דערפאר אסאך צדקה געגעבן פארן צוועק פון זיין ישיבה וועלכע ער האט איבערגעפלאנצט פון טירנוי. גאר שיין האט זיך די ישיבה געבויט אין נייטרא און האט געגרייכט שוין אין איר ערשטן זמן דארט, אריבער 200 תלמידים.

                                     

4. זיינע קינדער

  • הרב יעקב יצחק אונגאר
  • הרב יוסף בן ציון אונגאר הי"ד
  • רביצין חיה נחמה האלבערשטאם, ווייב פון הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג
  • הב רבקה חנה אונגאר הי"ד
  • הרב שלום משה הלוי אונגאר אב"ד נייטרא
  • הרב חיים ידידי אונגאר הי"ד
  • מרת ברכה רחל ווייסמאנדל הי"ד ערשטע ווייב פון ר מיכאל בער ווייסמאנדל