ⓘ אלטערנאטיווע ענערגיע ..

אלטערנאטיווע ענערגיע

אלטערנאטיווע ענערגיע, עס זענען פארהאן צוויי סיבות פארוואס די וועלט האט זיך אזוי אריינגעריסן אין דעם אלטערנאטיווע ענערגיע געיעג אזוי אויך אז די ענווייראמענטאליסטן וואס זוכן אפצוהיטן די וועלט, און לויט זיי איז אויל איינס פון די גרעסטע געפארן פאר די וועלט די פרייזן פון אויל ווערן העכער און העכער און עס זעהט זיך נישט קיין וועג אויף ארויס, ווייל די גרינגע איז שוין אויסגעליידיגט און די שווערע קאסט צעביסלעך מער און מער ארויסצוברענגען פון אונטער דער ערד, חוץ פון דעם וואס עס איז דא דער אפעק קארטעל וואס מאניפולירט די פרייזן

הידרא-עלעקטרישע קראפט

הידראקראַפֿט איז א מיטל פון פראדוצירן עלעקטריע דורך דעם נאטורליכן קראפט פון וואסער שטראם. הידראקראפט פראדוקציע פארנעמט 24 פראצענט פון דער וועלטס עלעקטריע באשפייזונג געבנדיג עלעקטריע פאר איבער א ביליאן היימען. אין סך הכל געבן דער וועלטס הידרא-פלענטס ארויס בערך 675.000 מעגא-וואטס פון עלעקטריע וועלכע איז אזויפיל ענערגיע ווי 3.6 ביליאן פעסלעך אויל. אין אמעריקע איז פאראן איבער 2.000 הידרא-פלענטס אבער עס פארנעמט קוים 7 פראצענט פון דאס לאנדס ענערגיע סופליי. הידרא-קראפט ווערט געשאפן פון פליסנדיגע אדער פאלנדיגע וואסער וועלכע טרייבט טורבינען פון וועלכע מען פראדוצירט עלעקטריק ענערגיע. הידרא-קראפט איז ...

                                     

זונפאנעל

א זונפאנעל אדער פֿאטאוואלטייק מאדול איז א מאנטאזש פון זון צעלן וואס פארוואנדלען ליכט אין עלעקטרישער ענערגיע. זונפאנעלן זענען שטארק ניצלעך וואו סאיז נישט דא קיין עלעקטרישע קאבעלן, צו ביישפיל לעבן שאסייען. זון פאנעלן איז היינט צו טאגס איינס פון די מערסט אויפגעכאפט אופנים צו שאפן ענערגיע אויף צוויי פראנטן, ווי עס ווערט אנגערופן אלטערנאטיווע ענערגיע אראפ צו ברענגען די פרייז, ווייל זון איז דאך דא גענוג ווייל דאס שאדט די ווייניגסטע פאר דער אטמאספערע