ⓘ בית שמש איז א שטאָט אינעם ירושלים דיסטריקט פון ישראל, וואו א סאך ירושליםער אידן וואוינען דארט. די פרומע האבן זיך אהין געצויגן ארום צוואנציג יאר צוריק. אום 2010 ..

ברוך האגער (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: רבי ברוך האגער, סערעטער רבי רבי ברוך האגער, אנטאניער רבי רבי ברוך האגער, דער ״אמרי ברוך״ פון וויזשניץ רבי ברוך שמשון האגער, וויזשניצער רבי און בית שמש

                                     

ⓘ בית שמש

בית שמש איז א שטאָט אינעם ירושלים דיסטריקט פון ישראל, וואו א סאך ירושליםער אידן וואוינען דארט. די פרומע האבן זיך אהין געצויגן ארום צוואנציג יאר צוריק. אום 2010 איז זיין באפעלקערונג געווען 79.000. די היינטיגע שטאט איז געגרינדעט אום 1950, אבער סאיז געווען אויפן ארט א יישוב שוין אין די תנ"ך צייטן.

                                     

1. געשיכטע

די שטאָט איז געווען ערשט געגרינדעט אין דער פאַרצייַטיקער כנעענישער צייַט.

בית שמש ווערט דערמאנט אין תנ"ך, אין יהושע קאפיטל טו דערמאנט מען בית שמש אין דעם ארבטייל פון שבט יהודה, ליגן אויף דער גרענעץ צווישן שבט יהודה און שבט דן. שפעטער יהושע קאפיטל כא ווערט געברענגט אז מען האט די שטאט געגעבן צו די כהנים. די שטאָט איז אויך דערמאנט אין שמואל א קאפיטל ו, אז דער ארון הברית האט צוריקגעקערט צו די יידן דורך בית שמש, און די מענטשן פון בית שמש האבן אויפגענומען דעם ארון מיט קרבנות. אויך אין ספר מלכים איז דערמאנט אַ מלחמה דארטן צווישן אמציה, מלך פון יהודה, און יואש, מלך פון ישראל. דאס איבערבלייבס פונעם אלטן ייִשובֿ זענען פאראן היינט אין תל בית שמש.

אין 2003 האט מען אנטפלעקט אין בית שמש די עלטסטע אייזן ווארשטאט אין דער וועלט.

                                     

1.1. געשיכטע מאדערנע שטאט

אין די פריערע טעג פון בית שמש, האבן געוואוינט דאָרט די הויפּט עמיגראנטן פון איראַן, איראַק, צפון אפריקע, און רומעניע. איבער די יאָרן, און באזונדער אנפאנג פון 1990 ווען עס האט זיך אנגעהויבן א מאסיווע כוואליע פון עמיגראציע פון סאוועטן פארבאנד וואס האט געברענגט מיט זיך פילע נייע עמיגראנטן אויכעט צו בית שמש, די שטאט האט זיך היפש פארגרעסערט. אויכעט זענען אנגעקומען עמיגראנטן פון עטיאפיע און די פאַרייניקטע שטאַטן.

אין 2003, האט מען ווידערגעעפנט די בית שמש באַן סטאַנציע. די באַן סטאַנציע ליגט אויף דער ליניע פון ירושלים קיין תל אביב-יפו.

אין יאר התשנ״ה איז אנגעקומען קיין בית שמש רבי חיים אברהם הורוויץ, באסטאנער רבי פון בארא פארק, און האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין רמת בית שמש.

דורך די פארלויפענע יארן די שטאט האט זיך היפש פארגרעסערט א דאנק צו א הויכע געבורטצאל און אנקומענדיגע נייע איינוואוינערס וואס האבן זיך אהין געצויגן פון אנדערע שטעט, און היינט צו טאגס וואוינט דארט א ריזיגע צאל פון היימישע יידן, צווישן זיי האבן זיך באזעצט דארט אזעלכע געמיינדעס וואס געהערן צו דער עדה החרדית אזוי ווי תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא און נאך ענדליכע קהילות פון דעם יישוב הישן ארייגערכנט פון די נטורי קרתא אויכעט.

אין חודש סיון התשע"ט, האט זיך באזעצט אין שטאט רבי ישראל אליעזר אדלער, דער דזשיקאוו - וויזשניצער רבי, וואס האט אריבערגעפירט אהין זיין קהילה פון רחובות.

                                     

2. די היינטיגע שטאט

די נייע געגנטן אין בית שמש זיינען:

  • רמת בית שמש א - וווינען דארט בעיקר אמעריקאנער און עולים.
  • רמת בית שמש ב
  • קרית רמ"א אין אנפאנג האט מען דאס גערופן זנוח ווייל עס איז נאנט צום דארף "זנוח" - וווינען דארט א טייל פון קנאישע קרייזן.
  • נחלה ומנוחה אויף העברעיש: הקריה - עס וואוינען דארט אסאך גערער חסידים און ליטווישע.
  • רמת בית שמש ב - ווערט געטיילט אויף צוויי געגנטן
  • חפציבה
  • רמת בית שמש ג׳
  • נחלת הערשי פרידמן נאך דער קבלן קאנטראקטאר "הערשל פרידמאן) - א געגנט צווישן דער קריה און רמה ב.
  • רמת בית שמש ד׳
                                     

3. ראט פארזיצער און בירגערמייסטער

  • שלום פדידה 1989-1993 - דער ערשטער בירגערמייסטער
  • עליזה בלאך געוויילט 2018
  • משה אבוטבול 2018 - 2008
  • עובד סרי לוי 1965-1967
  • מנחם נוימאן 1955-1965
  • יהודה בן זאב 1978-1989
  • דניאל וועקנין 2008- 1993
  • שמואל אביעזר 1953-1955
  • עמרם לאק 1967-1978
                                     
  • 7574361 34.9908750 בית שמש בא ן סטא נציע איז א ישראל באנען סטאנציע אויף דער ירושלים - תל אביב באן ליניע וואס דינט די שטאט בית שמש די סטאנציע געפינט זיך
  • ירושלים מ לחה בא ן סטא נציע איז א ישראל באנען סוף - סטאנציע אויף דער ירושלים - בית שמש פארשטאטישער באן ליניע, וואס געפינט זיך אין מלחה, דרום - מערב ירושלים. די
  • סטא נציע איז א ישראל באנען סטאנציע אויף די נהריה - באר שבע און הרצליה - בית שמש ליניעס וואס באדינט די שטאט רמלה, ישראל. מ האט געעפנט די סטאנציע דעם 13טן
  • תנ כישער זאא בא ן סטא נציע איז א ישראל באנען סטאנציע אויף דער ירושלים - בית שמש פארשטאטישער באן ליניע וואס געפינט זיך אין מלחה, דרום - מערב ירושלים. די סטאנציע
  • אקטאבער 1967 איז א ישראלישער דערציער וואס באדינט ווי בירגערמייסטער פון בית שמש זי איז געבוירן געווארן אין קרית גת צו יצחק און חנה בן - חמו, אימיגראנטן
  • געבוירן ז שבט ה תשכ ד איז דער הויפט מאנסי - וויזשניצער רבי אין ארץ ישראל בית שמש און בני ברק רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה תשכ ד אין אמעריקע
  • הר ר ישראל אלנקווה ע ה - בית שמש הר ר מנחם אשר זעקבאך ע ה - מודיעין, הבחור חיים ראק ע ה - בית שמש הר ר דוד קרויס ע ה - בית שמש הבחור יוסף עמרם טויבער
  • בית שמש און לויט דעם באפעל פון זיין ברודער, דער תולדות אהרן רבי, רבי דוד קאהן, איז ער נתמנה געווארן אלס רב פון דער תולדות אהרן געמיינדע אין רמת בית
  • רבי שלום יהודה גראס איז דער אדמו ר פון האלמין. ער וואוינט היינט אין בית שמש ארץ ישראל. ער איז געבוירן אין א דערפל אין אונגארן בערך אין יאהר תרצ ט. אין