ⓘ אהרן מנחם מענדל טווערסקי. הרב אהרן מנחם מענדל טווערסקי איז דער עלטסטער זון פון רבי דוד טווערסקי, סקווערער רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרהק רבי משה יהושע הא ..

                                     

ⓘ אהרן מנחם מענדל טווערסקי

הרב אהרן מנחם מענדל טווערסקי איז דער עלטסטער זון פון רבי דוד טווערסקי, סקווערער רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק. ער ווערט געזען ווי דער ממשיך פון דער סקווערער דינאסטיע, נאך יעצט בחייו פונעם טאטן טוט אים שוין דער טאטע שיקן אויף פארשידענע שליחותן און אויפגאבעס.

ב אדר התשמ"ב האט ער געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת חוה רייזל, טאכטער פון רבי מרדכי האגער, דער גרינדער און פריערדיגער רבי פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף, וועלכער איז אויך געווען זיין פעטער איידעם פונעם פריערדיגן סקווערער רבי, רבי יעקב יוסף טווערסקי, און אויך זיין עלטער פעטער ווייל ער איז א ברודער פון זיין זיידע דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.

ווי אויך ווערט דער קייט ווייטער געצויגן אז זיין עלטסטער זון הרב יעקב יוסף - דאס עלטסטע אייניקל פון סקווערער רבין, איז אן איידעם ביי זיין ברודער וואס זיין טאכטער מרת מרגלית איז דאס צווייטע עלטסטע אייניקל.

ער פלעגט מכבד זיין שווער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי גאר שטארק. א סאך מאל ווען זיין שווער האט געפירט א טיש פרייטיג צונאכטס, איז ער געגאנגען צופיס קיין מאנסי און טראצדעם וואס דער גאנג איז לאנג און דויערט כמעט א שעה צייט, איז ער נישט געבליבן שלאפן אין מאנסי און ער פלעגט צוריק שפאצירן אהיים קיין שיכון סקווירא גלייך נאכן טיש.

רבי אהרן מענדל פירט זיך אנטייל נעמען אין די פארהערן פון די סקווערער ישיבה בחורים, און זיי ווייסן אז זיי ברויכן זיך גוט צוצוגרייטן צום פארהער זיי בעטן אז ער זאל נישט מקפיד זיין אויף זיי. אמאל פירט ער אויכעט פאר די בחורים א באטע אין זיין שטוב פרייטיג צונאכט. במשך פונעם באטע דערציילט ער מעשיות פון צדיקים וואס זייער יארצייט פאלט אויס אין יענע וואך. זייער אפט טרעט ער אויף אין סקווערער בית מדרש און אמאל אויכעט אין אנדערע בתי מדרשים אין פארשידענע פלעצער.

א באקאנטע עפיזאד ווערט פארציילט, ווען דער לעצטער ליובאוויטשער רבי מנחם מענדל שניאורסאן איז געזעצן שבעה נאך זיין רעבעצין חי מושקא, האט דער סקווערער רבי געשיקט זיין זון, אהרן מנחם מענדל, מנחם זיין אין זיין נאמען. דאן האט זיך אפגעשפילט אן עפיזאד בנוגע דעם היסטארישן סידור בעש"ט, וואס ליגט אין אוצר חב"ד, און לויט ווי טייל זאגן געהערט דאס פאר סקווער.

                                     

1. קינדער

  • הרב ברוך שמשון, האט געהייראט מרת מלכה, טאכטער פון רבי אלישע סעקולא, זון פון אב"ד סאדיוונא, און איידעם פון סטריזאווער רבין פון בארא פארק.
  • סימא מירל
  • יששכר דב
  • הרב יעקב יוסף, האט געהייראט מרת מרגלית, טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק טווערסקי
  • הרב יוחנן פינחס, האט געהייראט מרת מחלה גיטל, טאכטער פון ר חיים מאיר ערנסטער, וויזשניצער רב אין מאנטשעסטר, זון פון ר מנחם. ר"י וויזניץ
  • הרב ישעיה משולם זושא, האט געהייראט מרת טראני, אייניקל פון רבי חי יצחק טווערסקי, דער ראחמיסטריווקער רבי פון אמעריקע
  • מרת טראני, די ווייב פון הרב יוחנן זון פון איהר פעטער ר אברהם יושע העשיל זון פון רבי חי יצחק טווערסקי רחמיסטריווקער רבי אין אמעריקע, און איידעם פון סקווערער רבי דוד טווערסקי
  • הרב זאב, האט געהייראט מרת גיטל, די טאכטער פון הרב חיים יחיאל מיכל שפיגל