ⓘ מוזיק, איז אן אָרגאנעזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קולות און אזוי ווײַטער. מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגע ..

מוזיקער

מוזיקער זענען די סארט מענשטן וואס געבן זיך אפ און שפילן מיט כלערליי אינסטראמענטן פון מוזיק. דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: דיריגענט זינגער קאמפאזיטאר

פייפער

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: פֿייפֿן קען מיינען עטליכע זאכן, שפילן א פייפל א מוזיק אינסטרומענט מאכן א פייף מיטן מויל עס קען מיינען א פייפער פון א אויטאמאביל, א.א.וו. סאיז דא וואס זאגן, אז עס פאסט נישט פאר א יוד צו פייפן מיטן מויל, אבער די אינהאלט דערפון איז אומבאקאנט.

עליסא

עליסאַ איז אַ לבֿנונישע פּאָפּ־פֿאָלק זינגערין. זי איז די ערשטע לבֿנונישע װעלכע האָט געװוּנען אין דער װעלטס־מוזיק־פּרײַז אין 2005 און 2006.

המחדש

המחדש איז א מוזיק אלבאם ארויסגעגעבן דורך הצלחה פראדאקשען. עס איז אראנדזשירט ביי דודי קאליש און עס ווערט געזינגען דורך יחיאל אריה פליגמאן. די ניגונים זענען קאמפאזירט דורך: זיין טאטע הרב יעקב פליגמאן, שלום עזרי, דודי קאליש, אליעזר קאליש און משה קלוגהויפט. עס אנטהאלט צען ניגונים.

מיווא

די יוני 15 1990, זי איז געבוירן אין קאַנאַגאַוואַ פּרעפעקטור, יאַפּאַן, און דעמאָלט אריבערגעפארן קיין טאָקיאָ. ווייַל איר פאטער איז געווען אַ ליבהאָבער פון מוזיק, ער איז געווען אַ נאַטירלעך און אויערן צו הערן צו מוזיק פון אַ פרי עלטער. איצט האט די ווערק פארפאסט אין די עלטער פון 15, נאָך קומט מיטלשולע אין דער מעמלערנאַנטאַ גיטאַרע ערשטער, אָבער ווייַל זי האט ניט גאַנץ פּראַגרעסט, און דעריבער זענען אויף לערנען. "! Wake Up, Break Out" געשאפן אין דער צייַט פון דער ערשטער יאָר פון מיטלשולע, בשעת זי אַטענדאַד שולע אין טאָקיאָ, ווי אַ זומער יום טוּב איז צו מאַכן די אַקטיוויטעטן לעבן אין אָקינאַוו ...

                                     

ⓘ מוזיק

מוזיק, איז אן אָרגאנעזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קולות און אזוי ווײַטער.

מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגעבן געפילן, געדאנקען און אזוי ווײַטער.

די אָפטײַטש פון מוזיק ווערט געטוישט לויטן קולטור.

                                     

1.1. היסטאריע אין תנ״ך

מוזיק ווערט דערמאנט אין דער תורה צום ערשטן מאל אין בראשית אין דעם פסוק:

טייטש: און זיין ברודער׳ס נאמען איז געווען יובל, ער איז געווען דער פאטער פון יעדן וואס האלט א הארף אדער א פֿלויט.

ווען די יידן זענען אריבערגעגאנגען דעם ים־סוף, שטייט אין פסוק אז מרים מיט אלע האבן געפויקט פויקן.

אין דברי הימים ווערט געברענגט באריכות וויאזוי די לוויים האבן געזונגען און געשפילט אינסטרומענטן ביי דער עבודה אין דעם בית המקדש.

                                     

1.2. היסטאריע אוראלט עגיפטן

אין דעם אלטן קעניגרייך פון עגיפטן האט מען געשפילט הארפֿן, פֿלייטן און טאפל-קלארינעטן. ביזן מיטלען-קעניגרייך האט מען שוין צוגעלייגט צו ארקעסטערס שלאג-אינסטרומענטן, לירעס און לוטעס. אפטמאל האבן דזשימדזשעס באגלייט מוזיק און טאנץ, אזוי אין עגיפטן היינט צוטאגס. עגיפטישע פאלקס-מוזיק זענען דער נענטסטער היינטיקער מוזיק-זשאנער צו אוראלט עגיפטישער מוזיק, מיט פיל פון אירע אייגנשאפטן, ריטמען און אינסטרומענטן.

                                     

1.3. היסטאריע אזיאטישע קולטורן

איינע פון די עלטסטע מוזיק־טראדיציעס אין דער וועלט איז אינדישע קלאסישע מוזיק. די אינדוס טאל ציוויליזאציע האט סקולפטורן וואס ווייזן טאנץ און אלטע מוזיק־אינסטרומענטן, ווי די פֿלייט מיט זיבן לעכער. אין די אויסגראבונגען וואס סיר מארטימער ווילער האט אויסגעפירט אין האראפא און מאהענדזשא דאַרא האט מען געטראפן פארשידענע סארטן סטרונע אינסטורמענטן און פויקן.

כינעזישע קלאסישע מוזיק, די טראדיציאנעלע קונסט־ אדער הויף־מוזיק פון כינע, האט א היסטאריע וואס גייט צוריק עטלעכע דריי טויזנט יאר. זי האט איר אייגענע סיסטעמען פון מוזיק־נאטאציע, ווי אויך מוזיק־אינסטרומענטן און סטילן מוזיק־זשאנערס. כינעזישע מוזיק איז פאנטאטאניש־דיאטאניש, מיט א סקאלע פון צוועלף נאטן צו אן אקטאַוו 5 + 7 = 12 אזוי ווי מוזיק באאיינפֿלוסט פון אייראפע.

                                     

1.4. היסטאריע רענעסאנס

אין דער רענעסאנס–תּקופה בערך 1400 -1500 האָט מען געשריבן א סך מוזיק. פיל קאָמפּאזיטאָרן פון יענער תּקופה האָבן געשריבן מוזיק, וואָס מען שפּילט און זינגט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג.

איינער פון די בארימטע קאָמפּאזיטאָרן איז געווען דזשיאָוואני דא פּאלעסטרינא 1525-1594. אין זײַן מוזיק, זינגען צוזאמען עטלעכע זינגער אין א כאָר.

אינסטרומענטן אין דער רענעסאנס–תּקופה זענען געווען דער וויאל און די לוטניע.

                                     

1.5. היסטאריע באַראָק

די באַראק תקופה פון מוזיק האט פאסירט פון 1600 ביז 1750, ווען די באראק קונסטלעכער סטיל האט געבליט איבער אייראפע; און במשך יענער צייט האט מוזיק זיך פארשפרייט אין קאמפלעקסישקייט. באראק מוזיק האט אנגעהויבן ווען מען האט געשריבן די ערשטע אפערעס דראמאטישע סאלא וואקאלע מוזיק צוזאמען מיט אן ארקעסטער. ווערנט דער באראק תקופה, אין געבליבן וויכטיק פאליפֿאנישע מוזיק, אין וואס מען האט גענוצט צוזאמען פֿילפֿאכיקע באזונדערע מעלאדיע ליניעס. דייטשע באראק קאמפאזיטארן האבן געשריבן פאר קליינע מוזיקאלישע צאמשטעלונגען כולל סטרונעס, בלעכבלאָז און האלצבלאָז, ווי אויך פאר כארן אין קלאוויר־אינסטרומענטן ווי פֿייף־ארגאן, הארפסיקארד און קלאוויקארד. חשובע קאמפאזיטארן פון דער באראקער תקופה שליסן איין יאהאן זעבאסטיאן באך טשעלא סוויטן, געארג פרידריך הענדל משיח, געארג פֿיליפ טעלעמאן און אנטאניא וויוואלדי די פֿיר סעזאנען.

                                     

1.6. היסטאריע קלאסישע תקופה

אין מערב־וועלט מוזיק, מיינט די קלאסישע פעריאדע מוזיק פון בערך 1750 ביז 1825. דאָס איז די צײַט פון די קאָמפּאָזיטאָרן יאָזעף הײַדן, וואָלפגאנג אמאדעוס מאָצארט. אָרקעסטערס זענען געוואָרן גרעסער און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן אָנגעהויבן שרײַבן לענגערע ווערק מוזיק גערופן סימפאניעס מיט עטלעכע טיילן גערופן זאצן. טייל זאצן פון א סימפאניע זענען הויך און גיך, אנדערע שטיל און אומערט.

אן אנדער וויכטיקער מוזיקאלישער זשאנער איז געווען דער סטרונע קווארטעט, א פיעסע געשריבן פאר צוויי פידלען, א וויאלע און א וויאלאנטשעל. אזוי ווי סימפאניעס, האט א סטרונע קווארטעט פיר זאצן. היידן, מאצארט און בעטהאוון האבן אלע געשריבן פיל בארימטע סטרונע קווארטעטן.

אין דער תקופה האט מען ערפונען די פיאנע. קאמפאזיטארן האבן גערן געהאט די פיאנע ווייל מיט איר קען שפילן דינאמיש - ווערן העכער אדער שטילער. אנדערע פאפולערע אינסטרומענטן זענען געווען דער פידל, דער וויאלאנטשעל, די פלייט, דער קלארנעט און די אָבאָע.



                                     

2. מאָדערנע תקופה

פון 1900 ווערט אנגערופן די "מאדערנע תקופה" פון מוזיק. איינער פון די בעסטע באקאנטע דזשעז מוזיקער איז געווען לואי ארמסטראנג 1900-1971.

עלעקטראנישע מוזיק

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עלעקטראנישע מוזיק

היינטיקע צייטן קען מען שאפן מוזיק עלעקטראניש. קלאוויאטורן, עלעקטרישע גיטארן שאפן מוזיק דורך עלעקטראניק. זיי קענען נאכמאכן טראדיציאנעלע אינסטרומענטן און זיי קענען אויך שאפן גאר אנדערע קלאנגען.

                                     

3. דיפערענצן

אזוי ווי מוזיק איז א וועג ווי אזוי - ארויסצוברענגען א געדאנק, אדער געפיל, און צומאל איז דאס דער איינציגסטער וועג, אדער מאנילופירן די גיסטע פינעם מענטש - ווערט מוזיק שטארק אויסגעניצט ביי אלע קולטורן אין רעליגיעס.

  • ביי יידן איז דאס אין צייטן פון בעש"ט געווארען א חלק פון עבודת השם, נאך אין די צייטען פון בית המקדש פלעגט מען זינגען ביים ברענגען א קרבן אריינצוברענגען חרטה געפילן, און שמחת בית השואבה אריינצוברענגען ליסטיגע פרייליכקייט.
  • יעדע לאנד האט א הימנע
  • און די מאוויס ווערט עס געניצט צו אריינשלעפן דעם מענטש און העכערע ספערן
  • ביי גויים איז די דא אסאך זשאנערן און באדייטן איבער מוזיק, ווי למשל סאיז דא קירכע לידער סאיז דא גאסען לידער - וואס דאס הייסט צומאהל "די שווארצע מוזיק", און אזוי ווייטער.

יעדע לאנד און יעדע רעליגיע און אפילו יעדע שיכט: פויערן פאסטוכער צוגלייך, -- האט זיך זיין גאנג און מוזיק צומאהל גלייך צו אנדערע לענדער און צומאהל גאר עפעס אנדערש.

                                     

4. זשאנערן

  • פּאַנק מוזיק
  • טראנס מוזיק
  • הויז מוזיק
  • פאפ מוזיק
  • מעטאל מוזיק
  • טעכנא מוזיק
  • חסידישע מוזיק
  • פֿאַנק מוזיק
  • קלאסישע מוזיק
  • רעגע מוזיק
  • ראק מוזיק
  • עלעקטראניקא
  • ראפ מוזיק
                                     

טאטעניו

דער זינגער אויף דעם אלבום איז משה אילאוויטש. די מוזיק איז אראנדזשירט דורך משה לאופער, און די וואקעלס דורך גדעון לעווין. די ניגונים זענען קאמפאזירט טייל דורל משה או טייל דורך גדעון.