ⓘ מזרח פריזישע אינזלען. די מזרח פריזישע אינזלען זענען א קייט פון אינזלען אינעם צפון ים, לעבן דעם בארטן פון מזרח פריזיע אין נידער־זאַקסן אין דייטשלאנד. די זיבן באפ ..

                                     

ⓘ מזרח פריזישע אינזלען

די מזרח פריזישע אינזלען זענען א קייט פון אינזלען אינעם צפון ים, לעבן דעם בארטן פון מזרח פריזיע אין נידער־זאַקסן אין דייטשלאנד.

די זיבן באפעלקערט אינזלען זענען פון מערב צו מזרח:

  • נארדערני
  • לאַנגעאג
  • בארקום
  • ספיקעראג
  • וואַנגעראגע
  • באַלטרום
  • יואיסט

עס זענען דא נאך אינזלען וואס זענען נישט באפעלקערט.

צווישן די אינזלען זענען נישט פאראן קיין בריקן, און אויך נישט צווישן די אינזלען און דער יבשה. מען קען צוקומען צו די אינזלען נאר מיט א פראם.

אין בארקום און נארדערני זענען דא אויטאמאבילן, אבער נישט אין די אנדערע אינזלען.