ⓘ זון סיסטעם ..

זון סיסטעם

די זון־סיסטעם באשטייט פון דער זון און די אנדערע הימלישע אביעקטן וואס זענען געבונדן צו איר דורך גראוויטאציע: די אכט פלאנעטן, זייערע 166 באוואוסטע לבנות, פינעף קארליק-פלאנעטן: ; און ביליאנען קליינע גופים. די לעצטע קאטעגאריע שליסט איין אסטערוידן, קויפער פאס אביעקטן, קאמעטן, מעטעאראָיִדן, און צווישנפלאנעטישן שטויב. די זון איז א שטערן וואס נעמט אריין כמעט די גאנצע מאסע 99.9% פון דער זון־סיסטעם; און פון וואס בלייבט איז דער גרעסטער טייל פון דער מאסע אין יופיטער. צוליב דער גרויסער מאסע פון דער זון ווערט געשאפן א שטארקע גראוויטאציע־קראפט וואס האלט אלע אנדערע גופים אין דער סיסטעם אויף די ארביטן ארום ...

אוראנוס

דער ארטיקל דיסקוטירט דער פלאנעט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אוראנוס באדייטן. דער אוראַנוס אדער אוראַן איז דער זיבעטער פלאנעט פֿון דער זון און דער דריטער גרעסטער און פערטער מאסיווסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם. אוראנוס איז געווען דער ערשטער פלאנעט וואס מהאט אנטדעקט אין מאדערנע צײַטן. כאטש מען קען אים זען מיט די אויגן אזוי ווי די פינף לאנג-באוואוסטע פלאנעטן, די אוראלטע אסטראנאמען האבן נישט געכאפט אז ער איז א פלאנעט צוליב זיין פינסטערקייט. סיר ווילאם הירשל האט געמאלדן די אנטדעקונג דעם 13טן מערץ, 1781, דאס ערשטע מאל וואס מהאט אנטדעקט א פלאנעט דורך א טעלעסקאפ.

ברכת החמה

ברכת החמה אדער קידוש החמה איז די ברכה וואס מען זאגט ווען מען זעט די זון אין דעם אנהייב פון יעדן זון ציקל פון 28 יאר, ווען לויט דער יידישער מסורה קערט צוריק די זון צו איר ארגינעלן ארט אין דער צייט ווען די וועלט איז באשאפן געווארן.

ווענוס

ווענוס איז דער צווייטער נענטסטער פלאנעט צו דער זון; זײַן אָרביט דויערט 224.7 ערד טעג. אחוץ דער לבנה איז דער ליכטיגסטער אביעקט אינעם נאכט הימל, מיט א גרייס 4.6-, און מען קען אים אמאל זען אויך בייטאג. קוקנדיג פון דער ערד איז ווענוס קיינמאל נישט צו ווײַט פון דער זון - נישט מער ווי 47.8º. ווענוס האט די לענגסטע ראטאציע־תקופה פון אלע פלאנעטן אין דער זון-סיסטעם און דרייט זיך אין דער פארקערטער ריכטונג צו אנדערע פלאנעטן. ער האט נישט קיין נאטירלעכע סאטעליטן. ווענוס איז אן ערדישער פלאנעט און ווערט אמאל גערופן דער "שוועסטער פלאנעט" פון דער ערד אזוי ווי זיי ביידע האבן ענלעכע גרייס, מאסע, ווייטקייט פון ...

יופיטער

יופּיטער איז דער פינפטער פלאנעט פון דער זון, און דער גרעסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם. יופיטער ווערט גערעכנט אלס א גאז ריז. די מאסע פון יופיטער אין איין טויזנטל פון דער זון, אבער צוויי און א האלב מאל ווי אלע אנדערע פלאנעטן אין דער זון סיסטעם צוזאמען. יופיטער איז באוואוסט געווען שוין אין אוראלטע צייטן. זײַן מאסע איז 75% הידראגען און 25% העליום. ביינאכט איז יופיטער דער דריטער ליכטיקסטער אביעקט אינעם הימל, נאך דער לבנה און ווענוס. יופיטער האט 69 לבנות. גאלילעא גאלילעי האט געפינען די פיר גרעסטע פון זיי. די גרעסטע, גאנימעד, האט א דיאמעטער גרעסער ווי דער פלאנעט מערקור. יופיטער באשטייט בעיקר פון ...

לבנה

די לבנה איז דער איינציקסטער נאַטורליכער סאטעליט ארום דעם ערד פלאנעט. זי איז איינער פון די גרעסטע נאטירלעכע סאטעליטן אין דער זון סיסטעם. די ווייטקייט צווישן דער ערד מיט דער לבנה איז 380.000 קילאָמעטער. די לבנה מאַכט די קרייז אין 27.32 טעג. דער געוויינליכער חודש איז לענגער בערך צוויי טעג, ווייל ביידע, די ערד און די לבנה, גייען ארום די זון. די דורכשניטליכע ריכטיגע מאנאַט-צייט איז 29 טעג, 12 שטונדן און 44 מינוט, מיט 3.33 סעקונדעס. פֿון דער ערד זעט מען שטענדיג די זעלבע זײט פון דער לבנה. מען קען זען די לבנה פון דער ערד ביינאכט, אויך אפטמאל ביי טאג ווען דער זעבאר טייל פון דער לבנה איז גענוג גרויס ...

                                     

נעפטון

דער נעפטון איז דער אכטער פלאנעט פֿון דער זון און דער פערטער גרעסטער און דריטער מאסיווסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם. נעפטון איז 17 מאל גרעסער ווי דער ערד-פלאנעט, א ביסל גרעסער פון זיין "צווילינג" אוראנוס. נעפטון ארביטירט די זון 30 מאל אזוי ווייט ווי די ערד. מהאט אנטדעקט נעפטון דעם 23סטן סעפטעמבער, 1846, נאך דעם וואס מען האט גערעכנט לויטן ארביט פון אנדערע פלאנעטן אז סאיז דא נאך א פלאנעט. מהאט פארגעשטעלט פארשידענע נעמען פארן פלאנעט. אין פראנקרייך האט פארגעשטעלט פראנסוא אראגא דעם נאמען לעוועריע.

                                     

עריס

עריס איז א קארליק-פלאנעט און א טראנס־נעפטון אביעקט. עריס איז דער צווייט-גרעסטער באוואוסטער קארליק-פלאנעט אין דער זון-סיסטעם. ער איז א "צעזייטער דיסק אביעקט" וואס געפינט זיך אין דעם קויפער-פאס, נאך ווייטער ווי פלוטאן. עריס ארביטירט די זון איין מאל יעדע 557 ערד יאר אין אן עליפטישן ארביט, וואס איז געבויגן מיט א ווינקל פון 44° צווישן דעם ארביט־פלוין פונעם פלאנעט און דעם עקליפטיק, וואס איז דער ארביט־פלוין פון דער ערד. עריס האט איין לבנה דיסנאמיע.

                                     

פלוטאן

פלוטאן איז א קארליק פלאנעט אינעם קויפער פאס און דער צווייטער גרעסטער קארליק פלאנעט אין דער זון סיסטעם. זײַן מאסע איז געמאכט פון שטיין און אײַז.