ⓘ משה יצחק געווירצמאן. ר משה יצחק איז געבוירן יב טבת התרמב דעם טאג פון דער יארצייט פון ר משה פשעווארסקער אין א דערפל לעבן גארליץ, גאליציע, צו ר נפתלי אלימלך געווי ..

                                     

ⓘ משה יצחק געווירצמאן

ר משה יצחק איז געבוירן י"ב טבת התרמ"ב דעם טאג פון דער יארצייט פון ר משה פשעווארסקער אין א דערפל לעבן גארליץ, גאליציע, צו ר נפתלי אלימלך געווירצמאן, וואס איז געווען א זון פֿון ר אברהם געווירצמאן פון גארליץ און מרת חנה בריינדל. ר אברהם איז געווען דעם נועם אלימלךס אן אייניקל. ר איציקל איז געווען צוויי מאל אן אייניקל פון רבין ר אלימלך פינף דורות. ר נפתלי אלימלך געווירצמאן איז געווען א שוואגער פונעם שינאווער רב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון זיין פיפטן זיווג מרת שיינדל וואס איז געווען א טאכטער פון ר אברהם גארליצער.

                                     

1. ביאגראפיע

ווען ר איציקל איז געווארן בר מצוה האט ער געזען וואו מען מאכט גרויסע צוגרייטונגען, האט ער געפרעגט וואס איז דאס? האט מען אים געזאגט אז ער גייט ווערן א חתן, און ער איז געווארן א חתן צו א טאכטער פון ר ישכר דוב הכהן גלאנץ, א זון פון מרת צירל טילא ליפשיץ, א טאכטער פונעם אריה דבי עילאי, און אן אייניקל פון הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל. נאך דער חתונה האט זיך ר משה יצחק באזעצט אין פשעווארסק, גאליציע, דעריבער הייסט ער פשעווארסקער רבי. ער איז געווען א תלמיד פון רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם פון ציעשאנאוו.

נאך דער מלחמה האט ער געוואוינט אין פאריז, פראנקרייך פון תש"ט. אין יאר תשט"ז האט ער זיך באזעצט אין אנטווערפן. ער איז געווען נשיא פונעם גאליציאנער כולל.

                                     

2. פאמיליע

ר משה יצחק און זיין ווייב האבן געהאט פינף קינדער. זי מיט פיר קינדער זענען אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע. איין קינד איז איבערגעבליבן.

  • רבי יוסף חיים, איידעם ביי רבי חיים שטיינמעץ, אומגעקומען אין חורבן אייראפע
  • הרבנית אלטע בינא אשת הרה"צ ר יעקב לייזער זצוק"ל
                                     
  • שטא ט אין די חסידישע קרייזן, אויף זיין נאמען איז דער הויף וואס רבי משה יצחק געווירצמאן האט אויפגעשטעלט. דער הויף געפ ינט זיך אין אנטווערפן, און אחוץ אנטווערפן
  • רבי יהודה לייב אשלג, מחבר פונעם סולם אויפן זוהר ה תשל ז - רבי משה יצחק געווירצמאן פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן ה תש ע - רבי שמעון נתן נטע בידערמאן
  • לייב אשלג, מחבר פונעם סולם אויפן זוהר ה תשל ז - נפטר געווארן רבי משה יצחק געווירצמאן פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן ה תש ע - נפטר געווארן רבי שמעון נתן
  • רבי משה יצחק געווירצמאן פון פשעווארסק רבי אברהם ס איידעם בזיווג חמישי איז געווען רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון שינאווא. זיין איידעם רבי יצחק ליב