ⓘ יעקב צבי ראבינאוויטש. רבי יעקב צבי ראבינאוויטש איז געווען דער צווייטער פאריסאווער רבי. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי ישכר בער באראן פון ראדאשיץ, רבי אלעזר ..

                                     

ⓘ יעקב צבי ראבינאוויטש

רבי יעקב צבי ראבינאוויטש איז געווען דער צווייטער פאריסאווער רבי. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי ישכר בער באראן פון ראדאשיץ, רבי אלעזר האפשטיין פון קאזשניץ, רבי נחמיה פון בעכעווע און רבי נתן דוד פון שידלאווצע. ווען ער האט אנגעהויבן פירן האט ער געהאט א קליינעם עולם פון חסידים, אבער דאס לעצטע יאר פון זיין לעבן האבן טויזנטער חסידים געקומען צו אים אויף ראש השנה.

                                     

1. ביאגראפיע

רבי יעקב צבי איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יהושע אשר ראבינאוויטש, זון פונעם ייד הקדוש און זיין מוטער לאה לאציא האלבערשטאט.

ער האט חתונה געהאט מיט שרה יוטא, א טאכטער פון ר שלמה היילפרין פון פינטשאוו, אן אייניקל פונעם "חכם צבי". ווען ער געוואוינט אין פינטשאוו פלעג ער פארן כסדר קיין ראדאשיץ צו רבי ישכר בער, וועמען ער האט גערופן דעם "סבא קדישא.

זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "עטרה לראש צדיק".

                                     

2. פאמיליע

רבי יעקב צבי און די רביצין שרה יוטא האבן געהאט די פאלגנדע קינדער:

  • די ווייב פון זיין ברודער רבי מאיר שלום ראבינאוויטש
  • רבי אורי יהושע אשר אלחנן אשכנזי פון קאלביל
  • די ווייב פון רבי נתן דוד ראבינאוויטש פון פארצעוו
  • מרת שיינדיל, די ווייב פון רבי יקותיאל שמעלקע ערבליך
  • מרת אסתר, די ווייב פון רבי ירחמיאל טייטלבוים פון איהעל, און בזיווג שני די ווייב פון רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם פון טשחויוו