ⓘ באכריין איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פ ..

                                     

ⓘ באכריין

באכריין איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פלאך וואסער צווישן זיי, קאטאר איז צו דרום, אריבער דעם באכריינער איינגאס. אין 1986 איז געעפנט געווארן א שאסיי בריק איבער דעם וואסער צווישן באכריין און סאודי אראביע, מעל המים, און מען פלאנירט עפענען אן ענלעכן בריק צו קאטאר.

באכריין האט די גיכסטע וואקסענדע עקאנאמיע אין דער אראבישער וועלט.

                                     

1. היסטאריע

די פארטוגעזן האבן איינגענומען די אינזלען אין 1521. די פערסער האבן געקעמפט קעגן די פארטוגעזן און אין 1743 האבן זיי געזיגט. זיי האבן געהאלטן באכריין ביז 1783 ווען אן אראבישער שבט האט איינגענומען די אינזלען. דער שבט הערשט דארט ביזן היינטיגן טאג דורך דער על כאליפא משפחה.

                                     

2. יידן אין באכריין

שוין אין 7טן יארהונדערט איז געווען אין באכריין א יידישער קהילה. דער יידישער רייזנדער, רבי בנימין טודעלער וואס האט באזוכט דעם ראיאן אינעם 12טן יארהונדערט דערמאנט די קהילה. אינעם 19טן יארהונדערט זענען געקומען צום אינזל אומגעפער 1500 יידן פון איראן, אינדיע און איראק, און דער אינזל איז געווארן א האנדל־צענטער. איינע פון די גאסן האט געהייסן "יידנגאס" און די געשעפטן דארט זענען געווען פארמאכט שבת. פון 1932, האבן אנגעהויבן אנטיסעמיטישע געפילן און יידישע הייזער זענען צעשטער געווארן און שולן פארשוועכט, און מהאט אוועקגעגנבעט די ספרי תורה. ביי די 1960ער יארן זענען נאר געבליבן בערך 250 יידן, וואס רוב פון זיי האבן זיך פארלאזט דאס לאנד. היינט וואוינען דארטן נאר ענצעלע יידן.

אין דעם פארלאמענט איז איין זיץ רעזערווירט פאר א ייד. דער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע איז א יידענע, הודא אזאר נונו, פון א יידישער משפחה אין איראק.