ⓘ קליינהאנדל ..

קליינהאנדל

קליינהאַנדל אדער ענצלהאַנדל איז די באדייט פון פארקויפן פראדוקטן אין א געשעפט וועלכע קומען געווענליך פון מערערע פראדוצירער. קליינהאַנדל איז א הויפט טייל פון אן עקאנאמיע און ווען קליינהאַנדל איז געזונט איז דאס געווענליך א באווייז אז די גאנצע עקאנאמיע איז גוט. דער קליינהענדלער קויפט סחורה פונעם הורטאווניק אין גרעסערע קוואנטיטעטן און פארקויפט די סחורה צו די קאנסומענטן. עס איז אנדערשט ווי הורט וואס איז בלויז פאר די געשעפטן צו פארקויפן און נישט פאר די מענטשן פון המון עם.

איינקויף וואגן

אן איינקויף וואגן איז א סארט וואגן וואס געשעפטן גרייטן פאר קאנסומענטן צו פירן זייערע וואַרעס צו די ווערקויפסערטער ביים איינקויף. אין א סאך פאלן קען דער קאנסומענט נוצן דעם וואגן אויך צו פירן וואס ער האט געקויפט צו זיין פארמיטל, אבער א טייל וועגענער ווערן פלאנירט צו פארמיידן דעם אויסגאנג פון דאס געשעפט. אין א סאך פלעצער אין די פאראייניקטע שטאטן און דעם פאראייניגטן קעניגרייך ווערן קאנסומענטן דערלויבט צו לייגן די וועגענער אין באצייכנטע געגנטן אין דער אפלאגארט, און ארבעטער פון דעם געשעפט שטעלן זיי צוריק אינעם איינלאגערונג ארט. אבער, אין א סאך פלעצער עס זענען דא מטבע/זשעטאן-אפערירטע שליסונג מעכא ...

איינקויף צענטער

אן איינקויף צענטער אדער שאָפינג צענטער איז א געביידע אדער עטליכע געביידעס וועלכע פארמאגן צענדליגער ענצל־געשעפטן און זענען פארבונדן איינע מיט דער אנדערער דורך ספעציעלע שפאציר-וועגן.

געשעפט

מיינט איר האנדל? ביזנעס? אדער דער יידישער פילם א געשעפט? א געשעפט אױף סרוב דיאַלעקטן פון אידיש: קראָם אָדער קלײט אָדער געװעלב איז אן ארט ווו מען פארקויפט פארשיידענע פראדוקטן ווי עסנווארג, קליידער, מעבל און אנדערע. פארצייטנס האבן די קלייטן געווען פלאצירט אין פריוואטע שטיבער, אבער אין די שפעטערע יארן האט מען באשטימט באזונדערע ערטער צו פארקויפן סחורה. היינט צו טאגס איז דא פארשיידענע וועגן ווי צו פארקויפן סחורה: אלס פאר א דאלאר - דאס זיינען קלייטן מיט קליינע פראדוקטן וואס קאסטן נאר א דאלאר אדער עטלעכע שקלים. קלייטן אין די גאסן ווען פון פארנט איז עס פארמאכט פון גלאז. מארק - אפענע שטעלן ביי א פו ...

וועסט עדמאנטאן מאלל

די וועסט עדמאנטאן מאלל, געפינט זיך אין עדמאנטאן, אלבערטא, קאנאדע, איז צפון אמעריקעס גרעסטע שאפינג מאלל און פארמאגט די וועלטס גרעסטע פארקינג לאט מיט פלאץ פאר 20.000 אויטאס. די מאלל איז 23 יאר געווען דער וועלטס גרעסטע מאלל ביז אין 2004 ווען די גאלדן ריסוירסעס מאלל אין כינע האט איבערגענומען דעם טיטל.

סאוט טשיינע מאלל

די סאוט טשיינע מאל איז די וועלטס גרעסטע איינקויף צענטער וועלכע געפינט זיך אין דאנגואן, כינע. די מאל פארמאגט 6.5 מיליאן קוואדראט פיס און פלאץ פאר 1500 געשעפטן.

ראקלענד כשר

ראקלענד כשר איז דער צווייטער גרעסטער כשרער סופערמארק אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך זיבן מייל מארק אין באלטימאר, מערילענד. ער געפינט זיך אין דעם איינקויף צענטער "שאפערס העווען" אין מאנסי, ניו יארק. זיי פארמאגן א באזונדערע בעקעריי, דעלי, פיש-געשעפט, און א ספרים-געשעפט מיטן נאמען "מרכז".