ⓘ מוזיקפילמען ..

אלאדין (1992 פילם)

אַלאַדין איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. "אַלאַדין" איז דער 31סטער פֿולער-לענג דיזני אַנימירטער פֿילם, און איז געווען א טייל פֿון די עפאכע וואס מען רופן דער דיזני רענעסאנס. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך דזשאָן מאַסקער און ראָן קלעמענטס. ער איז באזירט אויף אן אראבישער מעשה מיטן זעלבן נאמען פֿון "טויזנט און איין נעכט". די שטימע אקטיארן זענען סקאָט וויינגער, דזשאָנאַטאַן פֿרימאַן, ראָבין וויליאַמס, לינדאַ לאַרקין, פֿרענק וועלקער, גילבערט גאָטפֿריד און דאַגלעס סיל. " ...

אליס אין ווונדערלאנד (1951 פילם)

אַליס אין ווונדערלאַנד איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1951 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני און איז באזירט אויף דער לואיס קאראל ראמאן "אליסעס אוואנטורעס אין ווונדערלאנד" פון 1865. ער איז דער 13סטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג, און האט די שטימעס פון קאטרין בומאנט אלס אליס און עד ווין אלס דער משוגענער היטלמאכער.

דאמבא (פילם)

דאַמבאָ איז אן אנימירטער פילם פֿון 1941 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווען צום ערשטן מאל דעם 23סטן אקטאבער 1941 דורך RKO ראדיא פילמען. "דאַמבאָ" איז באזירט אויף א קינדער בוך מיטן זעלבן נאמען פֿון העלען אייבערסאָן מיט אילוסטראציעס פֿון האַראָלד פּערל, און איז דער פֿערטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג. דער הויפט כאראקטער איז דזשאַמבאָ דזשוניאָר, א יונגן העלפֿאַנד וואס איז צונעמענישט "דאַמבאָ". ער ווערט געחוזקט פאר זיינע גרויסע אויערן נאר פארמאגט די טאלאנט צו ניצן זיי אלס פליגלען צו פליען. א לייוו אקציע און קאמפיוטער אנימאציע ווערסיע איז באפר ...

דאס בוך פון דזשאנגל (1967 פילם)

דאָס בוך פֿון דזשאַנגל אדער דאָס דזשונגל בוך איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1967. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווארן דעם טן אקטאבער 1967. ער איז דער 19סטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג, און איז אינספיריט געווארן פון די געשיכטעס וועגן דעם ווילדער קינד מאגלי אינעם בוך מיטן זעלבן נאמען פון רודיארד קיפלינג. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך וואלפגאנג רייטערמאן און איז געווען דער לעצטער פראדוצירט דורך וואלט דיזני זיך, וואס איז געשטארבן ווען דער פילם איז פראדוצירט געווארן.

די אריסטאקעץ

די אַריסטאָקעץ איז אן אנימירטער מוזיקפילם פון 1970. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. ער איז דער 20סטן וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג. דער פילם איז באזירט אויף א מעשה פון טאם מאַקגאוען און טאם ראו וועגן א פאמיליע פון אַריסטאקראַטישע קעץ. זיי ווערן אוועקגעכאפט דורך זייער גיריקער דינער עדגאַר, וואס וויל באקומען דאָס רייַכטום וואס די אייגנטימערין פון די קעץ האט געלאזט פאר זיי אין איר צוואה. א געסל-קאָטער מיטן נאמען טאָמעס אָמאַלי העלפט זיי קומען צוריק אהיים און אויך באַזיגן עדגאַר. נאָך דעם ווערט אָמאַלי א טייל פ ...

די שיינהייט און די חיה (1991 פילם)

די שיינהייט און די חיה איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1991 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען. ער איז דער 30סטן פולער לענג דיזני אנימירטער פילם און דער דריטער פילם פון דער "דיזני רענעסאנס" עפאכע. דער פילם איז באזירט אויף דער מעשה "די שיינהייט און די חיה" וועגן א פרינץ וואס איז געווארן פארוואנדלט אין א חיה און א יונגע פרוי מיטן נאמען בעל, וואס ער פארשפארט אין זיין שלאס. צו ווערן ווידער א פרינץ, דארף די חיה ליב האבן בעל און געווינען איר ליבע אין קריק, אנדערשט וועט ער בלייבן א חיה אויף שטענדיק.

                                     

ⓘ מוזיקפילמען

  • פ א רפ רוירן ענגליש: Frozen איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער - אנימירטער פאנטאזיע - קאמעדיע מוזיקפילם פון 2013. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע
  • א לא דין ענגליש: Aladdin איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן
  • מערי פ א פ ינס ענגליש: Mary Poppins איז אן אמעריקאנישער מוזיקפילם פון 1964 מיט די בא טייליקונג פון דזשולי ענדרוז און דיק ווא ן דײ ק. ער איז פראדוצירט
  • דער הויקער פ ון נא טרעדא ם ענגליש: The Hunchback of Notre Dame איז אן א מעריקא נישער א נימירטער דרא מא מוזיקפ ילם פ ון 1996 וואס איז פראדוצירט געווארן
  • פ א רפ רוירן II אדער פ א רפ רוירן 2 ענגליש: Frozen II איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער - אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 2019. ער איז דער המשך - פילם פון פ א רפ רוירן
  • די שיינהייט און די חיה ענגליש: Beauty and the Beast איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1991 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני
  • שניי וויי ס און די זיבן קא רליקעס ענגליש: Snow White and the Seven Dwarfs איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1937. ער איז פראדוצירט
  • דא ס ים - מיידעלע אדער דא ס ים - טעכטערל ענגליש: The Little Mermaid איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1989 וואס איז פראדוצירט געווארן
  • דא ס בוך פ ון דזשא נגל אדער דא ס דזשונגל בוך ענגליש: The Jungle Book איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1967. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט
  • שלא פ נדיגע שיינהייט ענגליש: Sleeping Beauty איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1959 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט
  • טא רזא ן ענגליש: Tarzan איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1999 וואס איז באזירט אויף דער רא מא ן טא רזא ן פ ון די מא לפ עס פ ון עדגא ר רײ ס בא רא ז
  • פ א נטא סיא ענגליש: Fantasia איז דער דריטער אנימירטער פילם וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס. פ א נטא סיא אנטהאלט אכט קלאסישע
                                     

אליווער און קאמפאני

אָליווער און קאָמפּאַני איז אן אנימירטער מוזיקפילם פֿון 1988. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און פארשפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען. ער איז דער 27סטער דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג.

                                     

דזשערזי בויס (פילם)

דזשערזי בויס איז א ביאגראפישע מוזיקאלישער 2014 פילם באזיהרט אויף א פאפולערע מוזיקאלישע בראדוועי פארשטעלונג מיטן זעלבן נאמען. די פילם פארציילט די געשיכטע פון די מוזיקאלישע טרופע וועלכע איז געוועהן גאהר פאפולער אין די זעכציגער יאהרן, די פיער סעזאנען פון ניו דזשערזי.

                                     

די אוואנטורעס פון איקאבאד און מ"ר טאד

די אַוואַנטורעס פֿון איקאַבאָד און מ"ר טאָד איז אן אמעריקאנישער אנימירטער מוזיק-פילם וואס איז געווארן פראדוצירט אין 1949 דורך וואלט דיזני און פארשפרייט דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז דער 11סטער דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג.

                                     

די דריי קאבאלעראס

די דריי קאַבאַלעראָס איז אן אמעריקאנישער אנימירטער מוזיקאלישער פילם וואס איז געווארן פראדוצירט אין 1944 דורך וואלט דיזני און פארשפרייט דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז דער 7טער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג.

                                     

די פילע אוואנטורעס פון וויני דער פו

די פילע אוואנטורעס פון וויני דער פּו איז אן אנימירטער מוזיקפילם פון 1977 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען. ער איז דער 22סטן דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג און איז באזירט אויף דאס בוך פון א. א. מילן.

                                     

די פרינצעסין און די זשאבע

די פּרינצעסין און די זשאַבע איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע-קאמעדיע מוזיקפילם פון 2009. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און פארשפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען.

                                     

מולאן (1998 פילם)

מולאַן איז אן אנימירטער מוזיקפילם פון 1998 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און פארשפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען. ער איז דער 36סטער דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג. די געשיכטע פאסירט אין אוראלט כינע און איז באזירט אויף א לאקאלע לעגענדע. דער פילם האט די שטימעס פון מינג-נא ווען און עדי מערפי. "מולאן" איז געווען געראטן ווייל זיינע מוזיק און קונסט-סטיל זענען געווען אנדערש פון אנדערע דיזני פילמען. די מוזיק איז קאמפאזירט געווארן דורך דזשערי גאלדסמיט.

                                     

פארוויקלט

פֿאַרוויקלט איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע-קאמעדיע מוזיקפילם פון 2010. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. ער איז דער 50סטן פולער לענג פילם פון די וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס, און איז אינספירירט געווארן פון דער דייטשער מעשה "ראפונזעל" פון די גרים ברידער.

                                     

פריי און פריילעך

פֿרײַ און פֿרײַלעך איז אן אמעריקאנישער אנימירטער מוזיק-פילם וואס איז געווארן פראדוצירט אין 1947 דורך וואלט דיזני און פארשפרייט דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז דער 9טער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג.

                                     

ראבין הוד (1973 פילם)

ראָבין הוד איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1973. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און פארשפרייט געווען דורך וואלט דיזני פילמען, און איז דער 21סטן דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג.