ⓘ בקעה איז א געגנט אין דרום פון ירושלים, די נאמען פון געגנט איז אראביש, און ווערט געזאגט באקאה, אבער דער מיינונג איז טאל ווי אויף העברעיש. ארגינעל איז די געגנט גע ..

                                     

ⓘ בקעה

בקעה איז א געגנט אין דרום פון ירושלים, די נאמען פון געגנט איז אראביש, און ווערט געזאגט באקאה, אבער דער מיינונג איז טאל ווי אויף העברעיש. ארגינעל איז די געגנט געבויט געווארן דורך אראבער, אין די ענדע 19טער י"ה. און פאר איטליכער הויז איז געווען א גארטן, פאר לאנדווירטשאפט, וואס האט אנגעהאלטן ביז די 1950ער יארן.

ביי די מלחמת השחרור זענען די איינוווינער אנטלאפן, און די געגנט איז אויף די יידישע זייט, די רעגירונג, האט אויפגעשטעלט בלאק הייזער, פאר אלע נייע עולים, און די גארטנס זענען פארשווינדן געווארן. אין די לעצטע יארן, איז די שטאטראט פארנומען מיט איבערבויען, און צופיצן די געגנט.

די געגנט גרענעצט תלפיות פון דרום, דייטשע קאלאניע און די מושבה היוונית צפון מערב, אבו טור פון מזרח.

די באפעלקערונג אין געגנט איז א געמישטע, רעליגיעזע און אומרעליגיעזע, לעבן האנט ביי האנט א שטיל רואיק לעבן. די שטאטראט האט געגעבן א נאמען אויף העברעיש פארן געגנט "גאולים", די ירושלימע האבן זיך קיינמאל אבער, נישט צוגעוווינט צום נייעם נאמען.

אמאל האט זיך געפונען ביי די צפון עק פון בקעה, די אלטע ירושלימע באן סטאנציע, וועלכע האט געמאכט די געגנט פאר א שטארק באזוכטע. היינט ווען די באן קומט מער נישט אן אהין, איז די סטאנציע אן ארט פאר נאכט פארוויילונגען, שענק און ווירצהייזער.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →