ⓘ טייס. דער טייס איז איינער פון די הויפט טייכן אין צענטראלער אייראפע. ער קומט ארויס אין אוקראינע, און ווערט געשאפן נאנט צו ראכעוו, וואו דער ווייסער טייס און שוואר ..

                                     

ⓘ טייס

דער טייס איז איינער פון די הויפט טייכן אין צענטראלער אייראפע. ער קומט ארויס אין אוקראינע, און ווערט געשאפן נאנט צו ראכעוו, וואו דער ווייסער טייס און שווארצער טייס פליסן צוזאמען. ער פליסט ביים גרענעץ מיט רומעניע, און קומט אריין אין אונגארן ביי טיסאבעטש. ווייטער איז דער גרענעץ צווישן סלאוואקיי און אונגארן, דערנאך פליסט ער אין אונגארן, און פאלט אריין אין דוניי אין וואויוואדינע, צפון סערביע.

דער טייס צאפט א שטח פון 156.087 קוואדראט ק"מ און איז לאנג 965 ק"מ דער 16טער לענגסטער טייך אין אייראפע.

                                     

1. געאגראפיע

שטעט און שטעטלעך

דער טייס פליסט אדורך די פאלגנדער לענדער, שטעט און שטעטלעך פון מקור צום מויל:

  • ראחוב
  • טעטש
  • אוקראינע
  • סעליש
  • חוסט
  • רומעניע
  • סיגעט
  • זאהאני
  • טיסאפירעד
  • טיסאלאק
  • סעגעד
  • סאלנאק
  • סענטעש
  • טיסאקעטשקע
  • טאקיי
  • טיסא-איוואראש
  • אונגארן
  • נאמעני
  • טשאנגראד
  • בעטשע
  • אדא
  • ניי-בעטשע
  • מאל
  • ניי-קאנישע
  • סערביע
  • זענטא
  • קאניזשע