ⓘ טוניסיע. שוין פון דער אלטער היסטאריע וואוינען אין טוניסיע די בערבער פעלקער. זיי האבן געבויט שטעטלעך און פארטן אויפן בארטן צו האנדלען ארום דעם מיטלענדישן ים. דאר ..

                                     

ⓘ טוניסיע

שוין פון דער אלטער היסטאריע וואוינען אין טוניסיע די בערבער פעלקער. זיי האבן געבויט שטעטלעך און פארטן אויפן בארטן צו האנדלען ארום דעם מיטלענדישן ים.

דארט איז געווען די ערשטע אראבישע לאנד וואו עס האט אויסגעבראכן די אראבישע פרילינג דערנאך וואס א סוחר האט זיך אונטערגעצינדן.

                                     

1. דעמאגראפיע

רעליגיע

כמעט אלע איינוואוינער פון טוניסיע 98% פון דער באפעלקערונג זענען מוסולמענער. אויך זענען דא אומגעפער 1% קריסטן וואס שטאמען פון אייראפע. די דריט-גרעסטע רעליגיע אין לאנד איז יידישקייט, מיט עטלעכע 900 אנהענגער. א דריטל פון דער יידישע באפעלקערונג וואוינט אין און ארום דער הויפטשטאט. די רעשט וואוינען אויפן אינזל דזשערבא, מיט 39 שולן, אין א קהילה וואס גייט צוריק 2.600 יאר, אין ספאקס און אין האמאם-ליף.

אין דזשערבא, אן אינזל אינעם איינגאס פון גאבעס, געפינט זיך די על גריבא שול, איינע פון די עלטסטע שולן אין דער וועלט. און די עלטסטע וואו מען דאווענט נאך אן א הפסק. א סך יידן גייען באזוכן די אוראלטע שול און איין מאל א יאר פֿייערט מען דארט. זיי האב א מסורה אז מ׳האט געבויט די שול מיט שטיינער פונעם ערשטן בית המקדש.

טוניסיע, צוזאמען מיט מאראקא, ווערן גערעכנט די אראבישע לענדער וואס זענען מערסט־טאלעראנט פון זייערע יידישער באפעלקערונג.