ⓘ חינוך ..

אבות ובנים

אבות ובנים איז א אידישע מסגרת ווי אויך אן ארגאניזאציע וואס שטעלט צוזאם טאטעס מיט זייערע קינדער מוצאי שבת צו לערנען תורה אין די לאקאלע שולן פון אידישע געגענטן. מען טיילט מתנות און האלט גורל׳ס כדי די קינדער זאלן זיך וועלן באטייליגן. די גרינדונג דערפון איז קאפירט אויך דאס ערשטע אבות ובנים מאדעל פון א איד אין מאנטשעסטער, ענגלאנד, וואס האט דאס אזוי גערופן, און מהאט דאס אדאפטירט אין דער גארער אידישע וועלט. אין אמעריקע ווערט דאס געפירט דורך הרב אונסדארפער פון בארא פארק, א קלויזנבערגער חסיד. אין ארץ ישראל איז דאס צעטיילט צווישן צוויי פראקציעס אנגעפירט פון ירושלים און בני ברק, מיט זומער קעמפס פאר ק ...

אידישער חינוך אין ניו יארק

אין כסלו תשע"ט האט דער ניו יארקער עדיוקעישן דעפארטמענט ארויסגעשטעלט פרישע פארשריפטן וועלכע שטעלט אוועק רעגולאציעס איבער לימודי חול פאר אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק, און דאס האט געשטעלט א פראבלעם פאר מוסדות התורה צו נאכקומען. די נייע רעגולאציעס האבן פארלאנגט פיל מער שעות פון סעקולארע שטודיעס און פארלאנגט א מינימום פון 6 שעה א טאג ביז די 8טע קלאס, א זאך וואס לאזט נישט איבער קיין צייט פאר לימודי קודש, און געזאגט אז די עדיוקעישן דעפארטמענט וועט שיקן אינספעקטארס צו אונטערזוכן אויב די מוסדות קומען נאך די פארשריפטן. די פארשריפטן האבן פארלאנגט אז קינדער ביז די 4טע קלאס דארפן לערנען זיבן נושאים ...

דרך הלימוד

דרך הלימוד הייסט א וועג א סדר וויאזוי מען זאל לערנען די תורה. עס ווערט דערמאנט פארשידענע וועגן וויאזוי מען זאל לערנען און פארטשיין די תורה. עס זענען דא וואס זענען באקאנט אין גאנץ ש"ס אבער נאר די ווערטער נישט די טיעפקייט, אין גמרא ווערן זיי אנגערופן סיני, און אנדערע ספרים מיטן טיטול חמור נושא ספרים. עס זענען דא וואס זענען שטארק אין פילפול, אין גמרא ווערן זיי אהנגערופן עוקר הרים. עס זענען דא וואס לערנען זיין טיעף בעמקות, זיי לאזן זיך אריין אין די טיעפקייט פון א שטיקל גמרא און רירן זיך נישט דערפון ביז אלע דעטאלן קלאפן. ווי מען זעהט אין די ספרים פון מהר"ם שי"ף, מהרש"א. אין דעם ענין פון טיעף אי ...

חומש סעודה

א חומש סעודה איז א סעודה וואס מען מאכט ביי יידן ווען א יינגל ווערט אלט פינף יאר און הייבט אן לערנען חומש.‏ דער מנהג איז צו לערנען מיטן יינגל די ערשטע פסוקים פון ספר ויקרא. דער מנהג פון מאכן א חומש-סעודה, איז גאר א אלטער מנהג, פון פארן קריג, און היינט צוטאגס, איז עס נאכאלץ א מנהג ביי אטייל משפחות ווען דאס קינד ווערט פינף יאר, אים ארויפשטעלן אויף א בענקל און פרעגן און ענטפערן די פראגעס און פארזאגן די פסוקים פון פ ויקרא. אבער די באנייאונג און דאס אוועקשטעלן אויף א גרויסן פארנעם, האט הרה"ח ר חיים פריעד ע"ה, דער מחבר פונעם ערשטן א ב ספר - אלף בינה, וואס איז בכלל געווען א טאלאנטפולער און ענערגיש ...

חוש (מוסד)

צו מיינט איר חוש ווי שפירען? חוש איז א מוסד, ווי מלערנט מיט באגרעניצטע קינדער צו אנטוויקלען זייערע חושים פונקט ווי אלע אין זייער יאר גאנג, מיט לערנען פראבלעמן, דערנאך גייען די קינדער און גוטע ישיבות און טוען גוטע שידוכים.