ⓘ חולה טאל. דער חולה טאל איז א טאל אין פינגער פון גליל, אין צפון ארץ ישראל, פאקטיש איז עס א המשך צום עמק הירדן, וואס געפונט זיך מער צו דרום. צפון פון טאל געפינט ז ..

                                     

ⓘ חולה טאל

דער חולה טאל איז א טאל אין "פינגער פון גליל", אין צפון ארץ ישראל, פאקטיש איז עס א המשך צום עמק הירדן, וואס געפונט זיך מער צו דרום. צפון פון טאל געפינט זיך דער איון טאל אין לבנון, און דער לבנון טאל.

דער טאל האט אסאך וואסער, און אמאל האט זיך געפונען אין דרומדיקן טייל פון טאל, די חולה אזערע, וואס ישראל האט אויסגעטריקנט אין די 1950ער יארן. היינט האט מען צוריק פארפלייצט עטליכע ערטער, נאכן זען אז דאס אויסטריקענען האט געברענגט צו עקאלאגישע ענדערונגען.

אין דעם טאל געפינט זיך היינט איין שטאט קרית שמונה, א קאלאניע יסוד המעלה, און נאך דערפער און קיבוצים, וואס ווערן איינגעטיילט צו צוויי געגנטלעכע ראטן, גליל העליון און מבואות החרמון.

                                     

1. געאגראפיע

דער חולה טאל געפינט זיך צווישן די אויבער גליל נפתלי בערג פון מערב, און די גולן בערג פון מזרח.

דער קלימאט איז עטוואס א שווערער, די דיפרענציאל אין וועטער איז הויך, וויבאלד עס איז ווייט פון ים, און איז א פארמאכטער טאל ארום גענומען ביי די זייטן מיט בערג, וואס ברענגט דערצו אז אויף די בערג קען גיין אסאך רעגן, די וואלקענעס טראסקענען אראפ צום טאל, און הייבן זיך ווידער צום גולן, וואס מאכט אז ביי די זייטן פון חולה רעגנט, אבער אין טאל נישט.

דרום פון חולה טאל געפינט זיך דער כינרת טאל, דער טאל וואס נעמט ארום דעם כנרת. ישראל באנען האט א פלאן צוגעגרייט אויפצושטעלן גערעלסן פאר א צוקונפטיקער באן, וואס וועט פארן אין טאל ביז קרית שמונה.

                                     
  • לבנון בערג צו מזרח. דער טאל איז א המשך צו דעם חולה טאל אין ישראל, וואס גייט אריבער דער גרעניץ צו דעם איון טאל די לענג פון דעם טאל איז 120 קילאמעטער, די
  • און די קעגן לבנון בערג. וואס איז ווי אין צפון טייל אין ישראל, די גליל און די גולן בערג זענען איינער קעגן אנדערע, און אינדערמיט געפונט זיך די חולה טאל
  • 1967 פון מערב געפונט זיך דער מיטלענדישער ים, די טאל פון בית הכרם פון דרום, און די חולה טאל און די ירדן טאל פון מזרח, פון צפון איז די גרעניץ מיט לבנון. דער
  • קיינעמס לאנד געגנט הפקר שטח אויך אין לאטרון א געגנט פון 3 קילאמעטער, אין חולה טאל ביי דעם גרענעץ מיט סיריע, און אין דרום ביים גרענעץ מיט עגיפטן, אין ניצנה
  • נעצווערק. איינער איז בויען א געהעריקע גליל באן ליניע, וואס וועט פארן אינעם חולה טאל ביז קיין קרית שמונה. טייל פון דער ליניע, פון די קריות ביז כרמיאל, האט זיך
  • יארדאניע, איז געקומען סיריעס רייע, סיריע האט באשאסן מיט ארטילעריע, די חולה טאל און פריבירט אטאקירן אין צפון, זיי זענען אבער, צוריק געשטויסן געווארן