ⓘ באן סטאנציעס אין ישראל ..

אופקים באן סטאנציע

אופקים באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען וואס באדינט די שטאט אופקים. די סטאנציע איז פלאצירט אינדרויסן פון דער שטאט – לעבן דער אינדוסטריע־זאנע. זי באדעקט א שטח פון 600 קוואדראט מעטער).‏ אין דער סטאנציע זענען איין אינזל פעראן און איין זײט פעראן. די אשקלון–באר שבע באן ליניע איז געווידמעט געווארן דעם 19טן סעפטעמבער 2015, און די סטאנציע האט געעפנט מוצאי שבת פרשת שמות, דעם 2טן יאנואר 2016.

אחיהוד באן סטאנציע

אחיהוד באן סטאנציע איז א ישראל באנען פאסאזשירן באן סטאנציע נאנט צו דער זידלונג אחיהוד. די סטאנציע באדינט די זידלונג און אויך א נאנטע אינדוסטריעלע זאנע. די סטאנציע האט זיך געעפנט אום 20סטן סעפטעמבער 2017, ווען מען האט געענדיגט די עכו-כרמיאל אייזנבאן פראיעקט.

אשדוד עד הלום באן סטאנציע

אַשדוד עד הלום באַן סטאַנציע איז א פאסאזשירן סטאנציע פון ישראל באנען וואס באדינט די שטאט אשדוד און די ארבעטער פון דער עד הלום אינדוסטריעלער דיסטריקט. די סטאנציע געפינט זיך אויף דער בנימינה - תל אביב - אשקלון ליניע און אויך אויף דער נייער תל אביב - ראשון לציון - אשקלון ליניע., און די װיכטיגסטע באַן סטאַנציע אין דער שטאָט. זי איז געװידמעט געװאָרן צו משה בר-כוכבא, דער דירעקטאר פון ישראל באנען אין די יארן 1991-1992. די סטאַנציע האָט א זייטיקן פעראן און אן אינזל פעראן, מיט אן אונטערעדישן איבערגאנג צווישן זיי.

אשקלון באן סטאנציע

אשקלון באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען. זי געפינט זיך ביי דער לוד-אשקלון שאסיי, און איז די סוף־סטאנציע פון דער בנימינה-אשקלון פארשטאטישער ליניע.

באר יעקב באן סטאנציע

31°55′58″N 34°49′44″E באר יעקב באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען סטאנציע פאר פאסאזשירן וואס באדינט די שטעט באר יעקב און נס ציונה. די סטאנציע געפינט זיך אין דרום באר יעקב.

באר שבע צענטראל באן סטאנציע

באר שבע צענטראַל באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען סוף סטאנציע אין באר שבע אויף דער צווישנשטאטישער ליניע פון נהריה קיין באר שבע. די סטאנציע געפינט זיך אין יצחק בן צבי גאס, לעבן דער באר שבע צענטראלער אויטאבוס סטאנציע. די סטאנציע האט מען געעפנט דעם 20סטן סעפטעמבער 2000. א גאנצן טאג פארן ארויס פון דער סטאנציע אויף דער נהריה ליניע יעדע שעה צוויי באנען, אחוץ אין די אוונט שעהן ווען ספארט ארויס איין באן א שעה. דער עקספרעס באן דויערט 62 מינוט ביז תל אביב.