ⓘ דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא. די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, פריער זאַאירע, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. זי א ..

                                     

ⓘ דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא

די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, פריער זאַאירע, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. זי איז דאס דריטע לאנד אין אפריקע לויט שטח נאך סודאן און אלזשיר, און דאס 12טע גרעסטע אין דער וועלט. די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, מיט א באפעלקערונג פון כמעט 71 מיליאן, איז דאס 18טע מערסטע באפעלקערט לאנד אין דער וועלט. איר הויפשטאט איז קינשאזע.

דאס לאנד גרענעצט די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק און סודאן צו צפון; אוגאנדע, רוואנדע און בורונדי צו מזרח; זאמביע און אנגאלא צו דרום; און די רעפובליק פון קאנגא און דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב. אויך צו מזרח איז טאנזאניע אריבער דער טאנגאניקע אזערע. דער איינציגער צוטריט צום אקעאן איז דער 37 ק"מ אטלאנטישער בארטן ביי מואנדע, און דאס 9 ק"מ ברייט מויל פונעם קאנגא טייך וואס פליסט אריין אין איינגאס פון גינע.

                                     

1. יידישע געמיינדע

די ערשטע יידן זענען געקומען אין קאנגא פון מזרח אייראפע אין 1907 ווען דאס לאנד איז געווען א בעלגישע קאלאניע. די געמיינדע איז געוואקסן ביז 2.500 מענטשן. ווען בעלגיע האט פארלאזט קאנגא אין 1960 האבן רוב פון די יידן עמיגרירט. אין 2011 האט קינשאזע א קליינע קהילה פון 150 יידן מיט א שול, א שולע און א חב"ד הויז. אויך וואוינען עטלעכע יידן אין לומומבאשי אין דרום־מזרח קאנגא.‏